Thursday, August 04, 2005

ראַזעװע ספּאַגעטי מיט סטרוטשקעס און ניס

ראַזעװע ספּאַגעטי מיט סטרוטשקעס און ניס
½1 טעפּלעך װעלשענע ניס
1 טעפּל געריבענע פּאַרמעזאַן קעז
פּוטער
פּעטרושקע
זאַלץ און פֿעפֿער צום טעם
½ פֿונט ראַזעװע ספּאַגעטי
1 פֿונט סטרוטשקעס (גרינע פֿאַסאָליעס, לאָפּאַטקעלעך, סטרוטשקע־באָב)
צעמאָלט די ניס אין אַ פּראָצעסירער אָדער צעהאַקט זײ אױף פּיצלעך מיט אַ מעסער. לײג זײַ אַרײַן אין אַן אײַזערנער סקאַװראָדע מיט אַ ביסל פּוטער. רײשט זײ צו זײ זאָלן װערן ברױנלעך. רײַב אָן דעם קעז און צעשנײַדט די פּעטרישקע. איר קענט ניצן אַ גאַנץ בינטל, אָדער נאָר אַ פּאָר בלעטלעך אָדער גאָרנישט, אױב עס איז נישט צו דער האַנט. מישט ארײַן דעם קעז און פּעטרישקע מיט די ניס.
קאָכט די ספּאַגעטי און סטרוטשקעס צוזאַמען אין קאָכעדיק געזאַלצן װאַסער. די פּאַסטע און די סטרוטשקעס װעלן װערן אָפּגעקאָכט פּונקט אינעם זעלבן מאָמענט. ס'איז יאָ דאָ השגחה-פּרטית אױף דער װעלט.
זײַעט איבער די פּאַסטע מיט די גרינסן און לײג זײ אַרײַן אין אַ גרױסער שיסל. גיט צו אַ ביסל פּוטער און זאַלץ און פֿעפֿער און מישט גוט אױס. גיט צו אַ העלפֿט פֿון די ניס און מישט װײַטער; גיט צו נאָך אַ ביסל פּוטער, זאַלץ און פֿעפֿער און מישט, און נאָך דעם נאָך ניס, און נאָך דעם נאָך פּוטער.
איר קענט באַשטעלן כּשרע פּאַרמעזאַן פֿון זײבאַרז
די סטרוטשקע (ס), די גרינע פֿאַסאָליע(ס), די לאָפּאַטקעלע (ך) String bean, snap bean, green beanװעלשענע ניס Walnuts
צורײשן Sauté
איבערזײַען Strain
די פּעטרישקע Parsley

This recipe appears in English here.

0 Comments:

Post a Comment

<< Home