שײנינקע אוגערקעלעך
הײַנט האָב איך געקױפֿט די זײער קלײנע אָרגאַנישע אוגערקעלעך. זײ זענען קױם װי אַ כּזית די גרײס. איך האָב זײ צוגעגעבן צו אַ זאַפֿט פֿון שאָר־ירקות. אַז מע האָט אַ נײַעם זאַפֿט־מאַשינדל, זעט אױס אַלצדינג זײער זאַפֿטיק. די זאפֿט איז מיר זײער גשמאַק, אָבער אַ סך האָבן מורא. איך קען בײַ זײ נישט פּועלן. אַזױ האָב איךזי געמאַכט דאָס מאָל׃
1 גרױס אוגערקע אָדער 7 קלײנע אוגערקעלעך
3 גרױסע זײער רײַפֿע פּאָמידירן
4-5 װינטערקאַרשן (טאָמאַטיִלאָס)
1/2 1 פֿונט מײערן
¾ פֿונט בוריקעס
3 צעלניק (סעלעריע)
1 אָדער 2 פֿעפֿערלעך
(אַ קלײן שאַרף פֿעפֿערל איז אױך גוט, אױב מע װיל)
אָט! אײנס איז ניצול געװאָרן!
Labels: perfect for peysekh פּסחדיק װי די װעלט, peysekhdik פּסחדיק
0 Comments:
Post a Comment
<< Home