דער הדרסטער הדר
גיטס נאָר אַ קוק אױף דעם. אַ שהחינו איז װײַט נישט גענוג. איך דאַרף בענטשן עשׂה מעשׂה בראשית. אױבן איז אַ פֿינגער־אתרוג, אַ װײניק־באַקאַנטער (כאָטש בײַ מיר װײניק־באַקאַנטער) װאַריעטעט פֿון אתרוג. ער איז יאָ אַן אתרוג, אָבער, און ער איז יאָ מותּר צו די ארבע־מינים (אָדער אפֿשר נישט. גײ װײס). איך האָב אים צופֿעליק געפֿונען הײַנט בײַ נאַכט אין אַ געװײנלעכער שפּײַז־קראָם דאָ אין געגנט. ער פּאַרפֿומירט שױן די גאַנצע שטוב. דער ריך איז שטאַרקער, רונדער, און זיסער װי בײַ אַ געװײנלעכן אתרג. דאָס איז די מוראדיקסטע פּרי װאָס איך האָב אין לעבן געהאַט פֿאַר די אױגן.
איך האָב אַ מאָל געלײענט אַ מעשׂה פֿון י.ל. פּרץ װעגן אַ ייִד אַ גבֿיר װאָס האָט דעם „הדרסטן הדר אין שטעטל.“ איך װײס נישט צי דער פֿינגער־אתרוג איז דער „הדרסטער“ צי דער שרעקלעכסטער. ער איז אַן אתרוג שכּלו פּיִטום! זעטס נאָר װי די װעלט איז באַשאַפֿן געװאָרן!
5 Comments:
Should it not be עושה מעשה בראשית
אַ דאַנק!
Hey, check this out (David Lebovitz has citrons too).
Amazing! Thanks so much mzn! I am planning (ha!) to follow up soon in English. Sometimes the natural world is wilder than anything in Harry Potter.
This was covered at the O-U pareve mesorah conference. See http://www.ou.org/oupr/2006/askoupareve66.htm
Recordings should be available, perhaps even online.
Post a Comment
<< Home