Thursday, October 27, 2005

ייִדישע עסן אין אַלאַסקע



די מאַפּע אױבן איז פֿון „דער ייִדישער אימיגראַנט“ 1911. עס איז פֿון אַ גרעסערער מאַפּע װאָס האָט געהײסן „די הױפּט
־מאַטעריאַלן װאָס װערן פּראָדוצירט אין די יונײַטעד־סטײטס.” אַלאַסקע איז נאָך נישט געװען קײן שטאַט, אָבער די דערמאָנטע מאַטעריאַלן זענען רױך־װאַרג (פֿוטער, פּעלץ), פֿיש, יאַגד־חיות, און גאָלד.

זײער אַ טײַערע חבֿרטע אונדזערע, די סאַמע צפֿונדיקסטע ייִדישע טאָכטער, אָדער בלע"ז „The Northernmost Jew”, האָט זיך דאָס יאָר איבערגעצױגן מיט אַלע זיבן זאַכן קײן דירינג, אַלאַסקע, לערנען מאַטעמאַטיק אין דער מיטלשול.

דירינג“ איז פֿריִער געװען „אינמאַטשוקמיִיוט.“ דירינג איז אײנס פֿון עלף אינופּיאַק דערפֿלעך אין צפֿון־מערבֿ־אַלאַסקע.

לעצטנס לײענען מיר צופֿעליק אַ סך װעגן אַלאַסקע אין די ייִדישע צײַטונגען. מיט אַ װאָך צוריק (10/14/2005) האָט אַן אַלאַסקער אַ ייִד געשריבן אין דער רעדאַקץציע פֿאָרװערטס ׃

מיך- און מסתּמא אַנדערע לײענער-װאָלט מען זײער צופֿרידן געשטעלט, אױב בײַם אָפּדרוקן אַ רעצענזיע פֿון אַ נײַעם בוך געשריבן אױף ייִדיש איר װאָלט אױך געגעבן צו װיסן װי אַזױ און פֿון װאַנען מען קען עס באַקומען. עס איז ניטאָ קײן ייִדישער בוכהאַנדלער װוּ איך װױן.

דער ענגלישער „פֿאָרװאַרד“ האָט געהאַט אַן אַרטיקל װעגן ייִדן װאָס בױען סוכּות אין קאַלטע לענדער. צװישן זײ אַ פּאָר אין פֿײרבײנקס—אָבער פֿײרבײנקס איז מײַעמי אָדער קאַליפֿאָרניע אין פֿאַרגלײַך מיט דירינג.

װאָס עסט מען אין אַלאַסקע? אין אײן קאָכבוך שטײט אַז זױערטײג לאַטקעס זענען אַ טיפּישע אַלאַסקער מאָלצײַט. טראַדיציאָנעלע אינופּיאַקער מאכלים זענען׃

די זשוראַכלינע cranberry

דער װאָלפֿיש whale

דער פֿיש fish

דער אַמעריקאַנער לאָס moose

די פּיזעמקאַץ muskrat

דער קאַריבו caribou


Gaige, Crosby. New York World's Fair Cook Book, the American Kitchen. New York,: Doubleday, Doran & company, inc., 1939.

0 Comments:

Post a Comment

<< Home