Friday, December 02, 2005

שפּינאַט און קרײַטעכצער קוכן


זײער אַ טײַערע חבֿרטע קומט אַ מאָל צו מיר צו גאַסט. אונדז װילן מיר זיך פֿאַרברענגען צוזאַמען, אָבער אַז איך עס נישט קײן פֿלײש און זי עסט נישט קײן קאַרבאָהידראַטן, װי קומט די קאַץ איבערן װאַסער? דעם רעצעפּט האָב איך געמאַכט צו איר 17ן געבױרן־טאָג מיט אַ פּאָר יאָר צוריק.

שפּינאַט און קרײַטעכצער קוכן

2 בינטלעך פּעטרישקע, גוט צעשניטן
1אָדער 2 בינטלעך קריפּ, גוט צעשניטן
1 בינטל צילאַנטראָ (קאָריאַנדער), גוט צעשניטן
2-3 פֿונט שפּינאַט
2-3 ציבעלעס
3 צײנדלעך קנאָבל
1-2 שאַרפֿע פֿעפֿערלעך, אױב מע װיל.
מאַסלינע בױמל
18 אײער
1 פֿונט (500ג) ריקאָטאַ (טװאָרעך)
½ פֿונט (250 ג)האַרטער קעז– װאָס איר האָט צו דער האַנט, צעריבן אָדער צעברעקלט
װעלשענע ניס

װאַרעמט אָן דעם אױװן אױף 350פֿ, 180צ, מאַרק 4

װאַשט זײער גוט אױס די גרינע בלעטער. קאָכט זײ נאָר אין דעם װאַסער װאָס קלעפּט זיך צו צו זײ 3-4 מינוט. לאָז זײ זיך אָפּקילן און צעשנײַדט זײ אױף שטיקלעך.

צעשנײַדט אױף שטיקלעך די ציבעלעס און קנאָבל. קאָכט די ציבעלעס אין בױמל אין אַן אײַזערנעם פֿענדל איבער אַ נידעריקן פֿלאַם. װען זײ הײבן אָן װערן װײך, גיט צו די קנאָבלשטיקלעך. איר מעגט אױך צוגעבן איצטער די שאַרפֿע פֿעפֿערלעך, אױב איר װילט. קאָכט און מישט. װען זײ װערן גאָלד, גיט צו די געקאָכטע גרינע בלעטער. קאָכט און מישט. לאָזט זיך עס אָפּקילן.

צעשלאָגט די אײער. גיט צו זאַלץ, פֿעפֿער, פּאַפּריקע און שאַרפֿע פֿעפֿער צום טעם. גיט צו דעם קעז און די צעשניטענע גרינע קרײַטעכצער. גיט צו די געקאָכטע גרינסן און מישט גוט אױס.

באַשמירט מיט בױמל אַ טאָפּ אָדער פֿענדל גענוג גרױס, אָדער צװײ קלײנע פֿענדלעך. גיסט אַרײַן דאָס אײער־גרינסנ־געמיש. באַשיט מיט װעלשענע ניס. באַקט 30-45 מינוט.

Labels: ,

0 Comments:

Post a Comment

<< Home