Friday, September 02, 2005

אַ לאָך אין באָרשטש


חבֿר יצחק ניבאָרסקי פֿון פּאַריז שרײַבט אונדז׃

בײַ אונדז אין דער הײם האָט מען אָפֿט מאָל געזאָגט „אַ לאָך אין באָרשט“ אינעם זעלבן זינען װי מע זאָגט „אַ לאָך אין הימל,“ דאָס הײסט, כּדי אױסצודרוקן אַז אַ פֿאַקט װאָס עמעצער זעט אים װי אַ צרה אָדער אַ שװעריקײט, איז אין דער אמתן אין גאַנצן נישט װיכטיק׃

—מאַמע, אסתּר װיל זיך נישט שפּילן מיט מיר!
—אַ לאָך אין באָרשט! שפּיל זיך אַלײן, װעט זי שױן קומען און דיך בעטן שפּילן מיט איר!

איך װיל הערן װײַטער װעגן אַנדערע באָרשטש־אידיאָמען!

0 Comments:

Post a Comment

<< Home