װאָס שאַט אײַך אַ קאַלטע באָרשטש
„שױן קאַלטע קאַװע!“ האָט מען געזאָגט בײַ אַ חבֿרטע אונדזערער אין דער הײם װען עס איז שױן צו שפּעט, מע קאָן מער נישט פּועלן, אַ ברכה־לבֿטלה. פֿון אַנדערע האָב איך אױך געהערט „שױן קאַלטע לאָקשן“ (יוסף גורי (2002) גיט צו אױך „קאַלטע באַנקעס”) עס קומט מיר פֿאָר אַז פֿון די צװײ אױסדרוקן קאָן מען אַרױסדרינגען אַז ייִדן װאָס רעדן ייִדיש האָבן אַ קולינאַרישע קולטור װאָס האָט אין גאַנצן ניט געװוּסט פֿון כינעזישע לאָקשן מיט קונזשוט (סעזאַם) אָדער קאַלטע קאַװע. אָבער אַ קאַלטער קאַװע קאָן זײַן זײער געשמאַק— דאָ אין ניו־יאָרק װאַרט מען צװאַנציק מינוט אין רײ און באַצאָלט זעקס דאָלאַר פֿאַר אַ „פֿראַפּוטשינאָ“ און קאַלטע סעזאַם־לאָקשן — װאָס דאַרפֿט איר מער?
אַ טײַערע חבֿרטע אונדזערע פֿלעגט זאָגן װעגן אַ נישט־סימפּאַטישן „ער (אָדער זי, געװײנטלעך זי) איז אַ קאַלטע באָרשטש!“ איך פֿאַרשטײ אַז פֿאַר אַ מענטשן, איז קאַלטקײט נישט קײן מעלה, אָבער װאָס איז בעסער װי אַ קאַלטע באָרשטש? אַ באָרשטש פֿול מיט טעם און אַנטיאָקסידאַנטן?
װען איך װאָלט געװאָלט לױבן אַ טײַערן מענטש װאָלט איך אים דװקא געגליכן צו אַ קאַלטער באָרשטש.
איך פֿאַרשטײ, אָבער, אַז קאַלטע באַנקעס טױגן אין גאַנצן נישט.
מאַכט קאַלטע קאַװע
מאַכט קאַלטע לאָקשן
(איך ניץ שױו אַנשטאָט טאַמאַרי גן־עדן (Eden Select) איז צװװישן די בעסטע)
Guri, Yosef. Vos Darft Ir Mer? (2000 Idiomatic Expressions in Yiddish). Jerusalem: Hebrew University Department of Russian and Slavic Studies, 2002.
0 Comments:
Post a Comment
<< Home