Sunday, February 06, 2022

װעגאַנישע יויך Vegan Gold

 


 

װעגאַנישע יויך


פֿאַרשטײט זיך אַז װען מע מאַכט אַ יויך מעג מען מקיל־זײַן. דער־אָ רעצעפּט מעגט איר בײַטן לויט אײַער געשמאַק.  אַלע מאָסן אָדער מעסטונגען מעגט איר בײַטן.

 

װאַרעמט אָן 3 קװאַרט װאַסער אין אַ טאָפּ. גיט צו:

3 מערן

1 סעלעריע

1 ציבעלע

5 צײנדלעך קנאָבל

1 גרויסע (אָדער 3 קלײנע) פּעטרישקעס אָדער שטענגלעך פֿון גרינע פּעטרישקע

10 פֿעפֿערלעך

1 אָדער 2 קלײנע קאַבאַק אָדער קירבעס (אַנ ערך 2 פֿונט)

1 בינטל (1 פֿונט) ציגן־בערדל (סאַלסיפֿײַ אָדער אויסטער־פּלענט)

סטענגלעך פֿון אַ בינטל קאָפּער (קריפּ)

1 טעפּל קאַשו־ניס

1 פּאַסטערנאַק, אויב מע װיל

װאַלד־הון שװעמעלעך, אָדער סתּם שװעמעלעך, אויב מע װיל

 

אין אַ צװײטן טאָפּ, קאָכט אָפּ די קערעלעך פֿונעם קאַבאַק און אַ צװײ־דרײַ קאַטשענעס אין גוט געזאָלצנעם װאַסער

 

קאָכט אָפּ די גרינסן אַ 40 מינוט זײ זאָלן װערן װײך און די יויך זאָל גוט שמעקן

                                                                                                          

דערװײַל

 

װאַרעמט אָן מאַסלינע בוימל אין אַ דריטן טאָפּ.  גיט צו:

 

3 צעשניטענע ציבעלעס

אַ ביסל צעשניטענע גרינע סעלעריע

5 צײנדלעך צעשניטנעם קנאָבל

 

פּרעגלט אָפּ די גרנסן אַ 3־4 מינוט

 

גיסט די יויך דורך אַ דורכשלאַק אַרײַן אין די ציבעלעס.

גיסט אַרײַן אויך די יויך פֿון די באַניע קערן און קאַטשענעס.  בראָט אָפּ די געזאָלצענע באַניע קערנ אין אויװן אויף 350 אַ 20 מינוט.

 

אין אַ בלענד־מאַשין שלאָגט איבער 2 געל פֿעפֿערס מיט 2 צײנדלעך קנאָבל און די אָפּגעפּרעגלטע קאַשו־ניס, און גענוג יויך צו מאַכן אַ געמיש.  גיסט די פֿעפֿער־יויך צוריק אין דער יויך.

צעשנײַדט בלעטער פֿון אַ קלײן בינטעל קאָפּער און אַ ביסל פּעטרישקע און גיט צו די בלעטלעך צו דער יויך.

פֿאַרזוכט די יויך און גיט צו זאַלץ, פֿעפֿער, און פּאַפּריקע לויט אײַער געשמאַק.

 

מיטן אָפּגעקאָכטן ציגן־בערדל און גרינסן, מאַכט װעגעטאַרישע געפֿילטע פֿיש װעגעטאַרישע געפֿילטע פֿיש אָדער װעגאַנישע געפֿילטע פֿיש

 


 

 

מקיל־זײַן meykl zayn to interpret the rules leniently 

בײַטן to change

לויט אײַער געשמאַק according to your taste , לויט ענקער געשמאַק

קאַשו־ניס cashews

 מערן carrots

 סעלעריעceleriac

 ציבעלע onion

 צײנדלעך קנאָבל cloves of garlic

פּעטרישקע parsley root 

פֿעפֿערלעך peppercorns

קאַבאַק squash or pumpkin

באַניע קערןpumpkin seeds

ציגן־בערדל (סאַלסיפֿײַ אָדער אויסטער־פּלענט)salsify

סטענגלstem

קאָפּער (קריפּ)dill

פּאַסטערנאַקparsnip

װאַלד־הינדל שװעמעלעך chicken-of-the-woods mushrooms

סתּם שװעמעלעך any old mushrooms

 

איבערשלאָגן blend

אויסמישן mix

Labels: , ,

Thursday, February 12, 2009

Provisions for the Journey צידה לדרך


These organic tamari-roasted almonds are one of my favorite things to bring along on trips and festivals and places where you might want to have some provisions for the journey. In Yiddish צידה לדרך tseydo ladorekh, the food one brings along for the road, is a metaphor for good works that will serve as sustenance in the world to come, but what I want to tell you about right now is the bowl.

This beautiful bowl was made for me by my adored nephew, the Wee’an. The decorative elements are images from some of our most beloved alternate realities. The A-shaped thing on its side is, of course, a Starfleet insignia and the bagel-shaped ring is the seeing stone from The Spiderwick Chronicles. For those of you who have not had the pleasure, we learn in The Spiderwick Chronicles that the seeing stone reveals the vast civilizations of fairies, brownies and goblins, normally invisible in our universe. Well, you already know what I’m going to say next, right?

THIS IS EXACTLY WHAT HAPPENS WHEN YOU LEARN YIDDISH!

There are gorgeously-colored and intricately-textured worlds lying just out of sight that will become accessible to you once learn the language. Yiddish is your seeing stone and the Yiddish language is the tseydo ladorekh without which you really cannot safely leave your house. What are you waiting for? Learn Yiddish already!


Classes at all levels begin February 16 at The Workman’s Circle.


Now is also the time to register for a Yiddish summer program.

You can study Yiddish in New York at the first and greatest summer program of all.
The Uriel Weinriech program
in Yiddish Language, Literature, and Culture of NYU and the YIVO institute is the jewel in the crown of both institutions. This is the original Yiddish boot-camp. If there is any way on earth you can possibly set aside six weeks, I have to insist that you enroll in this program.


If you are a full-time undergraduate college student, you can apply to the wonderful Yiddish Summer at the National Yiddish Book Center. Tuition is free!

You can study Yiddish in Vilnius, According to Leyzer Ran, the most Yiddish city in the world.

You can study Yiddish in Tel Aviv, a first taste of the epoch of redemption.

You can even study Yiddish in Paris. It’s Paris! You’re learning Yiddish! If it gets any better than this, I just can’t see how.


Labels:

Wednesday, December 17, 2008

Yiddish Expressions for Hard Times שװערע צײַטן

פֿאַרפֿאַלן הונט און בײגל

Farfaln hunt un beygl

Doomed, dog and bagel (completely doomed)


גײ זוך די פֿאַראַיאָריקע שנײ

Gey zukh di farayorike shney

Go look for last year’s snow


מען קאָן נאָך דעם שױן זאָגן קדיש

Men kon nokh dem shoyn kadish zogn

You can already say kadish


די גאַנצע חלה גײט אַװעק אױף דער המוציא

Di gantse khale geyt oyf der hamotsi

The entire challah gets eaten at the blessing


אַ סך זמירות און װײניק לאָקשן

A sakh zmires un veynik lokshn

Lots of hymns and just a little pasta


קלײנע מזונות און גרױסע בזיונות

Kleyne mizoynes un groyse bizyoynes

Little food and lots of shame


נישט גענוג װאָס מען װערט אָן דאָס געלט, רופֿט נאָך יענער „נאַר“

Nisht genug vos men vert on dos gelt, ruft nokh yener “nar”

It’s not enough that you lose your money, they also call you stupid.


דער זאַטער גלױבט נישט דעם הונגעריקן

Der zater gloybt nisht der hungeriker

The full do not believe the hungry


װוּ זענען מײַנע זיבן גוטע יאָר?

Vu zenen mayne zibn gute yor?

Where are my seven good years?

This is a reference to Pharaoh’s dream in parshes mikets predicting seven good years and seven lean years. The implication is that if times are so bad, there must surely be seven good years somewhere.


ביז דער פֿעטער װערט מאָגער, גײט דער מאָגערער צו גרונד

Biz der feter vert moger, geyt der mogerer tsu grund

Before the rich get poor, the poor drop dead.

Labels:

Thursday, May 08, 2008

דער צענזוס 2

קאַריקאַטור פֿון פּאָנטש (Punch) 1891

(המשך פֿון אַ פֿריערדיקן בלאָג־אײנס)

דער אינטערװיו איז װײַטער געגאַנגען און איך האָב אָנגעהױבן פֿילן זיך אַ ביסל אומבאַקװעם. דער צענזוס־צײלער װײסט שױן צו פֿיל.

שפּעטער איז ער געקומען צו אַ פֿראַגע מיט װאָס איך בין געװען זײער צופֿרידן׃

–צי רעדטסטו אַנדערע שפּראַכן אין דער הײם, חוץ ענגליש?

–יאָ , זאָג איך, שטאָלץ װי אַ דעמב, איך רעד ייִדיש.

–נײן, זאָגט ער, דו רעדטסט נישט אין דער הײם ייִדיש.

–איך רעד יאָ אין דער הײם ייִדיש, בין איך געבליבן בײַ מײַנס,

–מיט אַ יאָר צוריק איז געװען בײַ מיר צו גאַסט אַ מײדל מיט װעמען איך האָב גערעדט נאָר ייִדיש. ייִדיש איז געװען אונדזער אײנציקע שותּפֿותדיקע שפּראַך.

–נו, זאָגט ער, דו װילסט נישט הערן מײַן מײנונג.

–אַדרבא, זאָג איך, װאָלט איך זײער געװאָלט הערן דײַן מײנונג.

–דו דאַרפֿסט פּרוּװן מיך פֿאַרשטײן, זאָגט ע. איך װױן אין ברוקלין, און די מענטשן װאָס רעדן דאָרטן ייִדיש זענען שלעכטע מענטשן, טאַקע װאָס שלעכט הײסט.

–איך מוז אָפּפֿרעגן די טענה אַז דאָס איז אַ פֿאַנאַטישער און פֿאָראורטלטער פּסק־דין, זאָג איך. װאָס האָסטו צו די הײמישע ייִדן?

–װאָס האָב איך צו זײ? װאָס האָב איך נישט צו זײ? זײ זענען רײנע גנבֿים. אַ שטיקל האַמבורגער װעלן זײ נישט פֿאַרזוכן, חלילה, אָבער זײ װעלן אײַך באַגאַזלענען ביזן לעצטן גראָשן.

עס איז שױן געװען זײער שפּעט, און איך האָב שטאַרק געװאָלט אַז דער אונגליקלעכער בחור זאָל שױן אַװעק, אָבער איך האָב אים נישט געקאָנט לאָזן גײן. איך מוז אים ראַטעװען די נשמה, עפֿענען אים די אױגן, סײַ װעגן ייִדיש, סײַ װעגן ייִדן. װאָס קאָן איך אים װײַזן, ער זאָל פֿאַרשטײן װאָס אײסט ייִדיש? װאָס װאָלט סטוטשקאָװ געטאָן? איך האָב אים געגעבן אַ קאַטאַלאָג פֿון מײַן אוניװערסיטעט.

–איך פֿיר אַ קולינאַרישע רײַזע קײן ברוקלין יעדער זמן. איך האָף דו זאָלסט מיטקומען, זען פֿרומע ייִדן מיט פֿרישע אױגן.

מיט אַ צוזאָג זיך צו פֿאַרשרײַבן אין מײַן קורס, איז ער אַװעק אין דער נאַכט אַרײַן.

Labels: ,

Tuesday, May 06, 2008

דער צענזוס 1


מיט אַ יאָר־אַכט צוריק האָט דאָס טירגלעקל בײַ מיר אַ קלונג געטאָן. סקאָצל קומט. דער צענזוס צײלער האָט מיך סוף־כּל־סוף דערטאַפּט. די מוראדיקע שעה איז געקומען. . .

אפֿשר דאַרף איך דאָ געבן אַ פּאָר װערטער מעשׂה־הקדמה׃

אַלע צען יאָר מאַכט מען אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן אַ צענזוס. אַלע מוזן אַרײַנשיקן פֿאָרמעס מיט זײער סטאַטיסטיק. ס'רובֿ מענטשן באַקומען קורצע פֿאָרמעס װאָס פֿרעגן נאָר דעם נאָמען, אַדרעס, אאַ"װ. די װעלט פֿרעגט אַ שאלה׃ אױב זײ שיקן שױן די פֿאָרמעס, צי װײסן זײ װער מען איזון װוּ מען װױנט, צי נישט? אַ קלײנער פּראָצנט מענטשן אָבער, באַקומען די לאַנגע פֿאָרמעס–גאַנצע ביכעכעלעך אין װעלכע מע מוז שרײַבן אַ חומש מיט רש"י מיט אַלע קלײנע פּיטשעװקקעס.

אין דעם יאָר, 2000, בין איך געװען, בעװנותינו הרבים, אײנע פֿונעם עם־סגולה װאָס האָבן באַקומען די לאַנגע פֿאָרמעס. איך בין אױך געװען, מישטײנס געזאָגט, אײנע פֿונעם עם־קשה־עורף װאָס האָבן נישט אַרײַנגעשיקט זײערע פֿאָרמעס צו דער צײַט.

אָט קומט צו מיר דער צענזוס־צײלער. איך האָב אים אַרײַנגעבעטן און אים געגעבן אַ קאַלטן טרונק. אױב מען װיל נישט, מוז מען נישט אַרײַנלאָזן די צײלערס. לױטן געזעץ, קאָן מען מאַכן דעם גאַנצן אינטערװיו אין קאָרידאָר. איך האָב געקאָנט זען, אָבער, אַז דער נעבעכדיקער בחור האַלט שױן אין אַװעקשטאַרבן פֿון דער היץ.

די ערשטע פּאָר פֿראַגעס זענען געװען די גרינגסטע׃ װאָס איז מײַן נאָמען, װי אַלט בין איך, אאַ"װ. ביסלעכװײַז, אָבער, איז מען געקומען װוּ דער הונט ליגט באַגראָבן.

ער האָט, למשל, אױסגעקליבן פֿאַר מיר מײַן ראַסע.

–דו ביסט װײַס, האָט ער געזאָגט.

–נײן, האָב איך געזאָגט, דאָס איז נישט ריכטיק פֿון אַ היסטאָרישן קוקװינקל. איך האָב געזען די װיזעס פֿון װען מײַנע קרובֿים האָבן אימיגרירט, און דאָרטן שטײט אַז זײער ראַסע איז די „העברײיִשע“. אין אַלע תּקופֿות האָט מען געהאַלטן ייִדן פֿאַר אַ באַזונדערע ראַסע.

–אָבער קוק אױף זיך, זאָגט ער, עס איז קלאָר װי דער טאָג אַז דײַנע עלטער־עלטערן האָבן זיך פױסגעמישט מיט װײַסע מענטשן.

–נישט אין דעם גײט עס! האָב איך אױסגעפּלאַצט.

איך האָב אָבער קאַפּיטולירט און געזאָגט ער מעג שרײַבן װאָס ער װיל.

Labels: ,

Thursday, November 15, 2007

tatsoi, 塌菜, בעטל קרױט


דאָס געשמאַקע געװיקס הײסט „טאַצױ.“ איך האָב פֿריער געמײנט אַז דער נאָמען דאַרף זײַן פֿונעם כינעזישן „דאַ4 צײַ4“ 大菜אָדער „גרױס געװיקס“. דער נאָמען װאָלט זײער גוט געפּאַסט, אַז עץ קאָנט אַלײן גוט זען; דער טאַצױ איז אַזױ גרױס װי אַ ראָד פֿון מײַן װעלאָסיפּעד. דער נאָמען אױף כינעזיש אָבער איז „טאַ4 צײַ4“ 塌菜, אָדער „בעט געװיקס“. דער נאָמען פּאַסט אַפֿילו בעסער, װײַל אַ בינטל טאַצױ זעט אױס װי זײער אַ באַקװעמ בעטל. אױף ייִדיש הײסט טאַצױ בעטל קרױט. איך האָב עס נאָר װאָס אױסגעטראַכט.

For years I imagined that tatsoi took its name from the Chinese words 大菜 (dàcài) meaning “large vegetable.” That would have been very appropriate for this gorgeous bunch, which is equal in circumference to my bicycle wheel, but it turns out that in fact the Chinese name for this vegetable is 塌菜 (tàcài), meaning couch vegetable, or bed vegetable, which makes even better sense, since the bunches do look very comfy. The Yiddish word for tatsoi (which I just made up) is בעטל קרױט (betl kroyt).

Sweetnicks will provide more information on cozy and comforting vegetables.

Labels: , ,

באַלסאַמישער קירבעס

אין דער צײַט פֿון יאָר, קאָך איך אאָפּ זײער אַ סך קירבעס און דיניעס. דאָס יאָר איז געװען, ברוך־השם, אַז אַן אױסערגעבװײנטלעכס פֿאַר קירבעס, סײַ אין מאָס, סײַ אין קװאַליטעט, אַז איך האָב געדאַרפֿט אױסטראַכטן נײַע רעצעפּטן װאָס זענען זײ זוכה. אַז עץ האָט אין שטוב שױן־געבאַקענעם קירבעס איז דער רעצעפּט זײער גרינג און װעונדערלעך באַטעמט.

באַלסאַמישער קירבעס

1 פֿונט געבאַקאענער קירבעס

5 צײנדלעך קנאָבל

מאַסלינע בױמל

¼ טעפּל באַלסאַמישער עסיק אָדער רױטער װײַן

זאַלץ

צעשנײַדט'ץ דעם קירבעס אױף שטיקער און שײלט'ץ אים אָפּ. שײלט'ץ אָפּ די צײנדלעך קנאָבל, און צעשנײַדט'ץ זײ אױף דינע רעפֿטלעך. היצט'ץ אָן בױמל אין אַ פֿענדל און זשאַרעט'ץ אָפּ די רעפֿטלעך קנאָבל אױף אַ נידעריקן פֿײַער זײ זאָלן זיך קאַראַמעליזרן. גיט'ץ צו דעם קירבעס און זשאַרעט אים גוט אָפּ די עקלעך זאָלן זיך קאַראַמעליזירן. װען דאָס פֿענדל איז גוט הײס, גיסט'ץ אַרײַן דעם באַלסאַמישן עסיק אָדער װײַן און נעם אים אַראָפּ פֿון פֿײַער. גיט'ץ צו זאַלץ לױטן טעם.

קירבעס
squash

דיניע
pumpkin

קאַבאַק
pumpkin (or squash)

באַניע
gourd (or pumpkin)

באַלסאַמישער עסיק
Balsamic vinegar

קאַראַמעליזירן
To caramelize

זיך קאַראַמעליזירן
To caramelize (itself)

Labels: , ,

Tuesday, November 13, 2007

געבראָטענע ברוקװעס מיט קנאָבל

געבראָטענע ברוקװעס מיט קנאָבל

2 בינטלעך (2 פֿונט) ברוקװעס

10 צײנדלעך קנאָבל

מאַסלינע בױמל

זאַלץ

װאַרעמט'ץ אָן דעם אױװן אױף 375. שײלט'ץ אָפּ די צײנדלעך קנאָבל, און צעשנײַדט'ץ זײ אױף דינע רעפֿטלעך. שנײַדט'ץ אָפּ פֿון די ברוקװעס די עקלעך און קעפּלעך, אָבער שײלט'ץ זײ ניט אָפּ. צעשנײַדט'ץ זײ אױף האַלבע־לבֿנות. זידט'ץ אײַן די ברוקװעס מיט די קנאָבל אין געזאָלצן װאַסער אַ 20-30 מינוט. דאָס װאַסער קאָנט עץ נוצן אין אַ זופּ. לײג די ברוקװעס און קנאָבל אין אַ קלײן בעקעלע און גיסט'ץ אאָן אַ ביסל מאַסלינע בױמל. באַקט'ץ זײ אָפּ אױף 375, מישט'ץ זײ אַ ביסל נאָך 15 מינוט, און באַקטץ זײ נאָך אַ 15-20 מינוט, זײ זאָלן װערן אַ ביסל ברױנלעך אױף די שפּיצן.

ברוקװע
Turnip

Labels: , ,

Friday, November 09, 2007

גוט שבת אַלע


די טעג זענען אַזױ קורץ! װאָס קאָן מען קאָכן

Labels: ,

Tuesday, October 30, 2007

געבאַקענע גראַטאַן (קוגל) פֿון קנאָבל

חול־המועד סוכּות בין איך געגאַנגען אינעם קנאָבל יאַריד אין סאָגערטיז, ניו־יאָרק און אונדז האָבן מיר זײער גוט פֿאַרבראַכט,


זיך געלערנט אַ סך װעגן דער באָטאַניע פֿון קנאָבל, פֿאַרזוכנט אַכטערלײ קנאָבל, און סתּם זיך געשפּילט.

איך האָב געװאָלט מאַכן אַ מאַכל אין װעלכן קנאָבל איז אַן אמתער אינגרעדיענט, נישט נאָר אַ געװירץ. האָב איך געמאַכט אַ „גראַטאַן“ פֿון קנאָבל. אַ מען זידט אײַן די צײנדלעך קנאָבל װערן זײ װײכער און זיסער, קימאַט װי קאַרטאָפֿל אָדער קאַליפֿלאָר.

קנאָבל גראַטינײ

1 פֿונט (70 צײנדלעך) קנאָבל

5 אָנצן שאַרפֿע קעז

סאָס בעשאַמעל פֿון׃

1 טאָפּ מילך

1 ½ לעפֿל מעל

1 ½ לעפֿל פּוטער

זאַלץ, פֿעפֿער און פּאַפּריקע

װאַרעמט אָן דעם אױװן אױף 350. שײלט'ץ אָפּ די צײנדלעך קנאָבל, און זידט'ץ זײ אײַן אין געזאָלצענע װאַסער 10 מינוט אָדער ביז זײ װערן װײכלעך. די יױך קאָן מען נוצן שפּעטער אין אַ זופּ אָדער עפּעס. מאַכט'ץ בעשאַמעל אַזױ׃ קאָכט'ץ פּוטער און מעל אין אַ טאָפּ, מישנדיק זײער גוט, און גיסט'ץ אַרײַן די מילך. קאָכט'ץ און מישט'ץ די סאָס זאָל װערן געדיכט. רײַב אָן די קעז. באַשמיר אַ באַק־טעפּל מיט פּוטער. מישט אױס די צײנדלעך קנאָבל מיט כּמעט אַלע בעשמאַל און קעז, און טו עס אַרײַן אינעם באַק־טעפּל. דעקט'ץ עס צו מיט די איבעריקע סאָס און קעז, און באַקט'ץ 30 מינוט.

עץ קאָנט נישט זען אַז ס'איז דאָ קנאָבל אין דעם און נישט קאַרטאָפֿל, אָבער איך זאָג ענק צו אַז עס איז פֿון קנאָבל!

קנאָבל
garlic

געבאַקענע גראַטאַן (קוגל) פֿון קנאָבל
Garlic au gratin

Labels: ,

Friday, October 26, 2007

די גױיִשסטע שטאָט

װי פֿריער דערמאָנט, בין איך געװען אין קאַנאַדע, אָדער ערגעץ אַזױנס, מיט אַ װאָך צוריק. קעבעק־שטאָט איז גוט שײן, אָבער זי איז װײַט די גױייִשסטע שטאָט אױף דער װעלט. עס איז שװער צו זאָגן דװקא פֿאַר װאָס, אָבער אַ געדכטע גױישקײט דעקט אַלצדינג צו. אין האָטעל, למשל, אַמשטאָט אַ ביבל, האָבן זײ נאָר דעם קריסטלעכן טעסטאַמענט.

איך האָב שױן געהאַט געהערט אַז מען טאָר נישט שמײכלען אױף דער גאַס, אָבער איך קען זיך נישט אײַנהאַלטן, און עס האָט מיך אַ ביסל דערשראָקן װי די מענטשן האָבן צו מיר געקרימט די פּנימער, אָבער דאָס מאַכט מיר נישט אױס. נאָר אײן איבערלעבונג איז געװען טאַקע שרעקלעך. איך בין אַרײַן אין אַ קלײנעם געשעפֿטל אין דער אַלטער שטאָט, און װען די פֿרױ האָט אַ קוק געגעבן מײַן קרעדיט קאַרטל האָט זי זײער מיאוס געקרימט דאָס פּנים און געזאָגט „זשאַק–א–נער–איץ—זזזעט איזזז נאַט אַן אינגלעששש נײם” מיר איז פֿינסטער געװאָרן פֿאַר די אױגן, און איך האָב אױסגעשריגן אַז עס איז יאָ אַן ענגלישער נאָמען, נישט װײַל מײַן נאָםמע איז אַן ענגלישער, נאָר צוליב דעם װאָס אױסן איז זי געװען אַז ייִדן האָבן נישט קײן רעכט צו זײַן בירגער אין ערגעץ נישט, נישט אין קעבעק, נישט אין קאַנאַדע, און נישט אין קײן לאַנד אױף גאָר דער װעלט, און איך האָב געװאָלט ענטפֿערן אַז אין אַמעריקע האָבן זײ יאָ אַזאַ רעכט.

אונדז האָבן מיר זיך סײַ װי סײַ גוט פֿאַרבראַכט. איך האָב ליב געהאַט די אַרטישאָקן אין גאַס, און דעם פֿאָנטאַן פֿון באָרדאָ מיט שײנינקע זשאַבקעלעך.

אַלץ װאָס אונדז האָבן מיר געגעסן איז געװען געשמאַק. איך װעל קײן מאָל נישט פֿאַרגעסן אַ רעטשנע „קרעפּ“ מיט זאַלץ־פּוטער קאַראַםעל. ממש אָפּצולעקן די פֿינגער. איך בין געװען צופֿרידן צו געפֿיןען אַ געזונטערײַ „דער פֿרײלעכער מײער“ און אַ װעגעטאַרישן רעסטאָראַן.


Labels: ,

Wednesday, September 19, 2007

קאָקאָשעס


אינעם נײַעם נומער פֿאָרװערטס שרײַבט שׂרה־רחל שעכטער װעגן װי מיקראָכװאַלניק־קאָקאָשעס קאָנען ענק איבערפּעקלען אױף יענער־װעלט, אױב עץ האָט נאָך געװאָלט הערן װײַטער אַ טעם פֿאַרװאָס נישט צו „קאָכן“ מיט די אָ שרעקלעכע כּלי־מװת.
קאָקאָשעס קאָן מען בעסער, גרינגער, און גיכער מאַכן אין אַ טאָפּ. עץ װײסט שױן װאָס הײסט אַ טאָפּ? אַ טאָפּ זעט אױס אַזױ. פֿראַגעס?


קאָקאָשעס
גיסט'ץ אָן אַ ביסל בױמל אין טאָפּ. גיט'ץ צו גענוג קאָקאָשעס זײ זאָלן באַדעקן דעם פֿלאַך, אָבער נישט מער.
דעקט'ץ צו דעם טאָפּ, און שטעלט אים איבערן פֿלאַם. עץ װעט באַלד הערן מוזיק פֿון די טאַנצנדיקע קאָקאָשעס. גיט'ץ אַ מאָל אַ שאָקל דעם טאָפּ. נאָך אַ צװײ־דרײַ מינוט, װען עץ הערט מער נישט קײן קלאַנגען, זענען זײ גרײט. עץ מעגט צוגעבן פּוטער און זאַלץ אױף װיפֿל עץ װילט.
איך האָב זיך הײַנט דערמאָנט אין „פֿאַרמער בױ(Farmer Boy)” אין װעלכן אונדזער העלד טראַכט װעגן קאָקאָשעס׃
Almanzo and sat on the footstool by the stove, an apple in his hand, a bowl of popcorn by his side, and his mug of cider on the hearth by his feet. He bit the juicy apple, then he ate some popcorn, then he took a drink of cider. He thought about popcorn.
Popcorn is American. Nobody but the Indians ever had popcorn, till after the Pilgrim fathers came to America. On the first Thanksgiving Day, the Indians were invited to dinner, and they came, and they poured out on the table a big bagful of popcorn. The Pilgrim Fathers didn't know what it was. The Pilgrim Mothers didn’t know, either. The Indians had popped it, but it probably wasn't very good. Probably they didn't butter it or salt it, and it would be cold and tough after they had carried it around in a bag of skins.
Almanzo looked at every kernel before he ate it. They were all different shapes. He had eaten thousands of handfuls of popcorn, and never found two kernels alike. Then he thought that if he had some milk, he would have popcorn and milk.
You can fill a glass full to the brim with milk, and fill another glass of the same size brim full of popcorn, and then you can put all the popcorn kernel by kernel into the milk, and the milk will not run over. You cannot do this with bread. Popcorn and milk are the only two things that will go into the same place.

קאָקאָשעס מיט מילך
פֿילט אָן אײן שיסל מיט קאָקאָשעס און אַ צװײטן מיט מילך. שיט אַרײַן די קאָקאָשעס, אײנע מיט אַ מאָל, אין מילך אַרײַן.
גײ װײס! עס אַרבעט!
Wow, it works! The popcorn dissolves in milk almost like Styrofoam in acetone. It makes a delicious bowl of cold cereal.

Labels: , , ,

Tuesday, August 28, 2007

רױטע קלאַפּ־באַרן

אָט זענען די זיסע זאַפֿטיקע „רױטע קלאַפּ־באַרן“ (red clapp pears) פֿון מײַן אָרגאַנישן אַגריקולטור־קאָלעקטיװ. װאָס האָט קלאַפּערײַ צו טאָן מיט באַרן, פֿרעגט עץ? אַז עץ נעמט זײ אין מױל אַרײַן װט עץ װילן פּאַטשן בראַװאָ.

Labels: