Tuesday, May 06, 2008

דער צענזוס 1


מיט אַ יאָר־אַכט צוריק האָט דאָס טירגלעקל בײַ מיר אַ קלונג געטאָן. סקאָצל קומט. דער צענזוס צײלער האָט מיך סוף־כּל־סוף דערטאַפּט. די מוראדיקע שעה איז געקומען. . .

אפֿשר דאַרף איך דאָ געבן אַ פּאָר װערטער מעשׂה־הקדמה׃

אַלע צען יאָר מאַכט מען אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן אַ צענזוס. אַלע מוזן אַרײַנשיקן פֿאָרמעס מיט זײער סטאַטיסטיק. ס'רובֿ מענטשן באַקומען קורצע פֿאָרמעס װאָס פֿרעגן נאָר דעם נאָמען, אַדרעס, אאַ"װ. די װעלט פֿרעגט אַ שאלה׃ אױב זײ שיקן שױן די פֿאָרמעס, צי װײסן זײ װער מען איזון װוּ מען װױנט, צי נישט? אַ קלײנער פּראָצנט מענטשן אָבער, באַקומען די לאַנגע פֿאָרמעס–גאַנצע ביכעכעלעך אין װעלכע מע מוז שרײַבן אַ חומש מיט רש"י מיט אַלע קלײנע פּיטשעװקקעס.

אין דעם יאָר, 2000, בין איך געװען, בעװנותינו הרבים, אײנע פֿונעם עם־סגולה װאָס האָבן באַקומען די לאַנגע פֿאָרמעס. איך בין אױך געװען, מישטײנס געזאָגט, אײנע פֿונעם עם־קשה־עורף װאָס האָבן נישט אַרײַנגעשיקט זײערע פֿאָרמעס צו דער צײַט.

אָט קומט צו מיר דער צענזוס־צײלער. איך האָב אים אַרײַנגעבעטן און אים געגעבן אַ קאַלטן טרונק. אױב מען װיל נישט, מוז מען נישט אַרײַנלאָזן די צײלערס. לױטן געזעץ, קאָן מען מאַכן דעם גאַנצן אינטערװיו אין קאָרידאָר. איך האָב געקאָנט זען, אָבער, אַז דער נעבעכדיקער בחור האַלט שױן אין אַװעקשטאַרבן פֿון דער היץ.

די ערשטע פּאָר פֿראַגעס זענען געװען די גרינגסטע׃ װאָס איז מײַן נאָמען, װי אַלט בין איך, אאַ"װ. ביסלעכװײַז, אָבער, איז מען געקומען װוּ דער הונט ליגט באַגראָבן.

ער האָט, למשל, אױסגעקליבן פֿאַר מיר מײַן ראַסע.

–דו ביסט װײַס, האָט ער געזאָגט.

–נײן, האָב איך געזאָגט, דאָס איז נישט ריכטיק פֿון אַ היסטאָרישן קוקװינקל. איך האָב געזען די װיזעס פֿון װען מײַנע קרובֿים האָבן אימיגרירט, און דאָרטן שטײט אַז זײער ראַסע איז די „העברײיִשע“. אין אַלע תּקופֿות האָט מען געהאַלטן ייִדן פֿאַר אַ באַזונדערע ראַסע.

–אָבער קוק אױף זיך, זאָגט ער, עס איז קלאָר װי דער טאָג אַז דײַנע עלטער־עלטערן האָבן זיך פױסגעמישט מיט װײַסע מענטשן.

–נישט אין דעם גײט עס! האָב איך אױסגעפּלאַצט.

איך האָב אָבער קאַפּיטולירט און געזאָגט ער מעג שרײַבן װאָס ער װיל.

Labels: ,

0 Comments:

Post a Comment

<< Home