געפֿונען נאָך „באָרשטש“-שפּריכװערטער
אינעם בלאָג־אײנס פֿון נעכטן און אין דעם פֿון הײַנט, גיב איך איבער שפּריכװערטער פֿון בערנשטײנען װאָס דערמאָנען באָרשטש מיט בערנשטײנס אײגענע דערקלערונגען. די דערקלערונגען זענען אַ מאָל אַפֿילו בעסער װי די שפּריכװערטער אַלײן.
אַז אַ בײזע בעל־הביתטע לײגט אײַן קרױט און שטעלט באָרשטש, װערן בײדע זױער.
װעלװעלער װי באָרשטש
קען זי אומעטום באַקומען
אַז אַ קאַרגער װערט מילד, עסט ער באָרשטש מיט לעקעך
[דאָס שפּריכװאָרט װערט נישט גלאָסירט בײַ בערנשטײנען. אפֿשר דאָס װאָס ער עסט באָרשטש װײַזט אָן אַז ער איז נאָך אַ קאַרגער, און דאָס װאָס ער עסט מיט לעקעך װײַזט אָן אַז ער איז געװאָרן מילד? צי װײסט עמעצער?]
שׂרה! עפּעס אַ גוטער באָרשטש? —„אָט! אַבי אַן עס!”
דערמיט װיל דאָס װײַב דעם מאַן פֿאָרבערײטען, אַז ער זאָל זיך נישט בײזערן, װען דער באָרשטש װעט ניט זײַן גאַנץ געראָטן.
דאָס שפּריכװאָרט (װערטער) saying
דערמאָנען to mention
בײז bad, malicious
װאָלװל cheap
▼פֿאָרבערײטען –זעט װאָרענען
װאָרענען to warn
Bernstein, Ignacy, and Binjamin Wolf Segel. Yudishe Shprikhverter Un Redensarten. Warsaw, 1908.
0 Comments:
Post a Comment
<< Home