שפּריכװערטער פֿון בערנשטײנען װאָס דערמאָנען באָרשטש
אודך איז אַ באָרשטש.
אַזױ זאָגט אַ שטאַרקער עסער װאָס פֿאַרלאַנגט נאָך דער ערשטער שיסל באָרשטש אַ צװײטע און אפֿשר נאָך אַ דריטע, און בערופֿט זיך אױף דעם פּסוק „אודך“ (אין הלל) װאָס אַז מען האָט אים שױן אָפּגעזאָגט, שטײט נאָך אַ מאָל „אודך.“
When we finish saying "oydkho" in Hallel, we say it again, just as when we finish a bowl of borshtsh, we want another
מיט אײן אײ קען מען אַ גאַנצע שיסל באָרשטש פֿאַרװײַסן.
ד"ה אַ קלײניקײט קען אַ מאָל האָבן אַ גרױסע װירקונג.
פֿון װאַנען זאָל אַ גוטער ייִד װיסן אַז באָרשטש איז רױט?
גוטע ייִדן זענען געװײנטלעך אין מלי־דעלמאַ װײניק באַקאַנט. דעריבער האָט אַ רביצען גאָר ניט געװוּנדערט אַז איר מאַן װײסט אַפֿילו ניט, װאָס פֿאַר אַ פֿאַרב דער באָרשטש האָט.
[אַלע דערקלערונגען זענען בערנשטײנס אַלײן]
▼בערופֿן זיך — זעט פֿאַררופֿן
פֿאַררופֿן to cite
2 Comments:
א פיין בלעטל בארשט, און א דאנק פארן אודך!
בענין דער קארגער און זיין לעקעך מיט בארשט: אז מע לאט זיך ווויל גיין, פארבייסט מען זיך מיט לעקעך און בראנפן, א מילד געווארנער קארגער (וואס ווי עס ווייזט אויס טראגט שוין אויף זיך דעם פגם פון זיך נישט קענען פארגינען) וועט פארבייסן זיין לעקעך מיט ביליקער בארשט, און אזוי ארויף אין זיין גאנצער הנאה א פארזויערטער)
מיט אכטונג און דרך ארץ פאר אייער אויפטו,
מענדל כהנא
ישר־כּח, מענדל!
דאָס איז אַ סך בעסער.
אַ דאַנק פֿאַרן פּירוש!
Post a Comment
<< Home