Thursday, August 04, 2005

שאַלװיע-לימאָנאַדע פֿאַר קלײן און גרױס

עס פֿרײט מיך זײער װען קינדער קומען צו גאַסט. אַז זײ ברענגען מיט די עלטערן איז מה טובֿ. נעכטן האָב איך געמאַכט פֿאַר חבֿרים קלײן און גרױס אַ שאַלװיע-לימאָנאַדע.


5 שאַלװיע-בלעטער
¼ טעפּל צוקער
¼ טעפּל האָניק
3 לימענעס
1 גרינע לימענע
זאַלץ אױפֿן שפּיץ מעסער


לײגט די שאַלװיע-בלעטער, צוקער, און האָניק אַרײַן אין אַ קריגעלע פֿון צװײ קװאָרטן (2 ליטער). גיסט אײן טעפּל קאָכעדיק װאַסער אױף זײ. גיט צו זאַפֿט פֿון די לימענעס און דער גרינער לימענע און אַ ביסל זאַלץ. גיסט אָן ביז פֿול דאָס קריגעלע מיט אײַז און װאַסער.

שאַלװיע sage

Labels:

0 Comments:

Post a Comment

<< Home