טאָ לערנט זיך שױן ייִדיש
דעם פֿרילינג־זמן װעל איך לערנען צװײ ייִדיש-קורסן:
בײַ יוגנטרוף, מיטעלע ייִדיש: 8 קלאַסן; דאָנערשטיק אין אָװנט–6:30-8:00 אָנהײבנדיק דעם 16טנ פֿעברואַר.
אין איװ יאָכנאָװיצס מיטען קלאַס, װעלן סטודענטן זיך פֿאַרשטאַרקן אין רעדן, שרײַבן, לײענען און פֿאַרשטײן. מיר װעלן לײענען ייִדישע קלאַסישע און מאָדערנע טעקסטן װאָס שפּיגלען אָפּ דאָס לעבן און קולטור פֿון אַשכּנזישע ייִדן אי אין אַמעריקע, אי אין דער אַלטער הײם. נאָך פּרטים קלינגט מירע מניעװסקין אין ביוראָ
212-889-0381
אָדער שרײַבט.
בײַם ייִװאָ׃ דער רעצעפּט׃ אַ ייִדישער ליטעראַרישער זשאַנער: 3 קלאַסן; מאָנטיק אין אָװנט–6:45-8:15 דעם 6טנ, 20טנ, און 27טן מאַרץ (דער 13ער איז דאָך פּורים).
דער קורס װעט זײַן אַ ביסל אװאַנסירט–סטודענטן װעלן לײענען אַ סך לאַנג־באַהאַלטענע אוצרות אױף ייִדיש, אַזױ װי רעצעפּטן פֿון דעם װילנער 1896 „קאָך־בוך פֿאַר יודישע פֿרױען“ אױבן.
212-294-6139
אָדער שרײַבט.
איך האָף מיר זאָלן קענען זיך אַלע אַ סך לערנען דאָס יאָר, מיטן אײבערשטנס הילף.
2 Comments:
Aza shod vos men iz nisht in nyu york dem friling. Ikh volt zeyer gevolt lernen vegn dem retseptn-zhaner. Nokh dem kurs vestu efsher gebn "highlights" do?
Zay matsliakh!
Amy-Rivke
פֿשר יאָ
ש'כּוח טײַערע
אנדז װעלן מיר בנקען נאָך דיר
!
Post a Comment
<< Home