שנײ אין ניסן
מע זאָגט „ייִדישע גליק איז װי שנײ אין ניסן”, אָדער „ייִדישע גליק איז װי מאַרצאָװער שנײ“. דאָס הײסט, עס קומט נישט אָפֿט און דױערט נישט לאַנג. דאָס יאָר האָבן מיר שנײ שױן אין אַפּריל–דער אײבערשטער זאָל נאָר געבן אַזױפֿיל גליק. דערװײַל איז עס גוט צו טרינקען עפּעס װאַרעמס.
שאַלװיע טײ פֿאַרן פּסחדיקן שנײ
זאַפֿט פֿון אײן מאַראַנץ
זאַפֿט פֿון אײן לימענע
1 אָדער 2 עס־לעפֿל האָניק
1 קלײן רעפֿטעלע אינגבער
1 בלעטל שאַלװיע, אױב עץ האָטס עס צו דער האַנט
2 טעפּלעך הײסע װאַסער
מישט אױס די זאַפֿטן, האָניק, אינגבער, און שאַלװיע. גיסטס איבער זײ הײסע װאַסער. טרינקטס געזונטערהײט.
אינגבער, אימבער
ginger
שאַלװיע
sage
„ייִדישע גליק איז װי שנײ אין ניסן,” דאָס הײסט, עס קומט נישט אָפֿט און דױערט נישט לאַנג.
Jewish good fortune is like snow in Nisan [The Hebrew month that usually straddles late March and early April]; it doesn't come often, and it doesn't last long
0 Comments:
Post a Comment
<< Home