אלול פֿרישטיק סאַלאַט
דער רעצעפּט, װאָס דער ענגלישער נסח פֿון אים געפֿינט זיך דאָ, האָט לכתּחילה געהײסן „אױגוסט פֿרישטיק סאַלאַט“, אָבער עס פּאַסט זײער גוט צו אַן אלולער װעטשערע, אָדער װאָס עס זאָל נישט זײַן.
אלול פֿרישטיק סאַלאַט
1 פּאָמידאָר, זײער זאַפֿטיק און צײַטיק
אַן ערך 2 פֿערשקעס, מע זאָל האָבן אַ גלײַכן מאָס פּאָמידאָרן און פֿערשקעס
בריט'ס אָפּ דעם פּאָמידאָר און שײלט'ס אים אָפּ (מדאורײַתא), נעמט'ס אַרױס די זױמענס. בריט'ס אָפּ די פֿערשקעס און שײלט'ס זײ אָפּ (מדרבנן), נעמט'ס אַרױס די שטײנער. שנײַדט'ס די אױפּס אין שטיקער איבער אַ שיסל, אַלע ריח־ניחוחדיקע זאַפֿטן זאָלן זיך אַרײַנגיסן אין שיסל אַרײַן. גיט'ס צו אַ פֿאָדעם אײַלבערט־בױמל, אַ טראָפּן באַלסאַמישן עסיק, און גראָבע־זאַלץ אױפֿן שפּיץ־מעסער. פֿאַר צװײען.
און אָט איז פּסח נערודעס פּאָמידאָרן־אָדע.
Labels: A garden deriv'd and defin'd שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, Cooking for Karina (non-allergenic), peysekhdik פּסחדיק
0 Comments:
Post a Comment
<< Home