Saturday, December 24, 2005

בײגל און דער בעש“ט


בײגל װערן דערמאָנט לכל־הפּחות צװײ מאָל אין שבֿחי־הבעש“ט, און איטלעכס מאָל ראַטעװען זײ אַ לעבן. אײן מאָל ראַטעװעט דער בעש“ט אַ מײדל װאָס האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ גױ (אַן אָדם השובֿ) װען ער האָט איר געזאָגט אַז איר איז באַשערט חתונה צו האָבן מיט אַ (ייִדישן) בעקער און פֿאַרקױפֿן בײגל אין מאַרק.אײן מאָל ראַטעװעט זיך אַ ייִד װאָס װאַרפֿט אַ בײגל כּדי די גױים זאָלן אים קאָנען געפֿינען. אײן מאָל װערט דערצײלט אַז אַ ייִד איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ טײַך און האָט זיך נישט געקאָנט ראַטעװען. ער האָט געהאַט בײַ זיך אַ בײגל, װאָס ער האָט אַרױסגעװאָרפֿן. מע האָט אים געזען און געראַטעװעט. אָט שרײַבט דער מגיד׃

ונזכּר שיש אצלו בײגל, וזרק הבײגל לערלים ומיד באו והצילו אותו בע“ה (און ער האָט זיך דערמאָנט אַז ער האָט בײַ זיך אַ בײגל, און ער האָט געװאָרפֿן דעם בײגל צו די גױים, און זײ זענען תּיכּף געקומען אים ראַטעװען, מיט דעם אײבערשטנס הילף).

הײַנט צו טאָג, אַז אַ מענטש װערט חלילה דערטרונקען, װאַרפֿט מען אים אַ ראַטיר־רינגל (אָדער, בעסער, אַ ראַטיר־בײגל) ער זאָל קאָנען שװימען, אָבער דעמאָלט, דאַכט זיך, האָט דער דערטרונקענער אַלײן געדאַרפֿט אַרױסװאַרפֿן אַ בײגל. מיר איז אינטערעסאַנט אַז אין בײדע עפּיזאָדן, װערט אַ ייִד געראַטעװעט דורך גױים, אָדער, װי מען האָט דעמאָלט געשריבן, „ערלים“. (אַגבֿ, אין פֿישקע דער קרומער װערן מענדעלע און אַלטער געראַטעװעט דורך צװײ גױים אױף װעמען זײ האָבן נאָר װאָס אױסגעלאָזט אַ גאַנצע תּוכחה, רופֿנדיק זײ „עשׂו“. אַז זײ װערן לסוף געראַטעװעט זאָגט מענדעלע „הידים ידי עשׂו“, מײנענדיק אַז נאָר די גױים האָבן קראַפֿט זײ צו ראַטעװען, „הקל קול יעקבֿ“, מײנענדיק אַז די ייִדן קאָנען נאָר שרײַען און זיך באַקלאָגן.)

דער בעש“ט, זעט אױס, איז געװען זײער ליבעראַל. ער האָט געהאַלטן אַז גױים מוזן זײַן פֿרום לױט זײער גױישן שטײגער—װאָס עס זאָל נישט זײַן. דער בעש“ט האָט אײן מאָל געזאָגט אַ ייִד אַז ער טאָר נישט האָבן קײן געשעפֿטן מיט אַ געװיסן גױ, נישט צוליב דעם װאָס ער איז אַ גױ, חלילה, נאָר צוליב דעם װאָס מען האָט אים געזען אַז ער האָט זיך נישט איבערגעצלמט פֿאַרבײַפֿאָרנדיק אַ קלױסטער. דאָס הײסט, ער איז נישט גענוג גױיש! איך טראַכט נאָך אַלץ װעגן דעם װאָס דער הײליקער בעש“ט האָט שטאַרק קריטיקירט דעם גױ װאָס האָט זיך נישט איבערגעצלמט.

עס קומט מיר אױס אַז דער בעל־שם איז נישט געװען אין גאַנצן יושרדיק צום גױ. אפֿשר איז דער גױ געװען אַ פּראַװאָסלאַװנער און דער קלױסטער אַ קאַטױלישער אָדער פֿאַרקערט. אפֿשר איז דער גױ גאָר געװען אַ פּראָטעסטאַנט. אינעם אַכצנטן יאָרהונדערט איז שױן געװען אין אוקראַיִנע אַ היפּשע באַפֿעלקערונג מענאָניטן אַנטלאָפֿענע פֿון די דײַטשישע לענדער. װי די ייִדן, רעדן זײ נאָך זײער דײַטשישע שפּראַך נאָך יאָרהונדערטער אין אַ סלאַװישער סבֿיבֿה, אָבער נישט דאָס בין איך אױסן. קאָן זײַן אַז בײַ גױים זענען דאָ ניואַנסן װעגן דעם װען מען צלמט זיך איבער יאָ און װען נישט װאָס דער בעש“ט האָט נישט אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען.

מילא.

דאָס איז אָבער אַזױ טיפּיש בײַ אונדז ייִדן. עס איז אונדז נישט גענוג מיר זאָלן בעסער װיסן װי די גױים װי אַזױ צו זײַן ייִדן. מוזן מיר אױך װיסן בעסער װי אַזױ צו זײַן גױים נאָך דערצו!

אַלע בײגל־אַַנעקדאָטן האָב איך פֿון מרדכי קאָסאָװערס װוּנדערלעך „ייִדישע מאכלים,“ אַ פּרעכטיק אױסגעפֿאָרשט און קלאָר געשריבן בוך װעגן ייִדיש עסן און ייִדישע װערטער.

בײגל און דער בעש“ט bagels and the Ba’al Shem Tov

זיך איבערצלמען to cross oneself, make the sign of the cross

דער פּראַװאָסלאַװנער Eastern Orthodox

דער קאַטױל Catholic

דער מענאָניט (ן) Mennonite

װי די ייִדן, רעדן זײ נאָך זײער דײַטשישע שפּראַך נאָך יאָרהונדערטער אין אַ סלאַװישער סבֿיבֿה, אָבער נישט דאָס בין איך אױסן.

Like the Jews, they still speak their Germanic language after centuries in a Slavic environment, but that is not my point.

Dob Baer ben, Samuel, and Samuel Aba Horodezky. Shivhe Ha-Besht. Berlin, 1922.

Kosover, Mordecai. Yidishe Makholim: A Shtudye in Kultur-Geshikhte Un Shprakh-Forshung. Nyu-York: Yivo, 1958.

Mendele Mokher, Sefarim. Fishke Der Krumer. Krako ; Noy York: Ferlag "Mendele", 1910.

Voth, Norma Jost. Mennonite Foods & Folkways from South Russia. 2 vols. Intercourse, PA: Good Books, 1990.

7 Comments:

Blogger שלום בערגער Zackary Berger said...

דאָס אַלץ איז פּרעכטיק! שכּוח!

10:51 PM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

ש'כּוח, שלום.

10:18 AM  
Anonymous Anonymous said...

פארוואס שרייבט איר נישט ,יישר כוח, מעזוגט טאקע שכוח אובער מען שרייבט דאס גאנצע ווארט. עס איז איין זער אינטערעסאנטע ארטיקעל. איין פרייליכען חנוכה אונד איין גרויסען דאנק

1:39 PM  
Anonymous Anonymous said...

I have just read back several of your blogs - yours is the most elegantly produced blog I have seen. It is an absolute pleasure to read - a treasure of information that I would not be likely to find any where else. Thank you so very much.
Yaffa Glass
2nd comment to night

1:55 PM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

Yaffa,

Thanks and
יישר־כוח

3:04 PM  
Anonymous Anonymous said...

וואונדעלעך! ממש, שלח בייגלך על-פני המים! געשעפט פיל נחת פון דעם דאזיקן ארטיקל

2:00 PM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

ש'כּוח בײגל־פֿרעסער
אַ פֿרײלכן חנוכּה אַלע

11:44 PM  

Post a Comment

<< Home