Thursday, November 02, 2006

װי אין קרױט אַרײַן

אַז אײנער עסט שטאַרק, זאָגט מען אױף ייִדיש׃ „ער האַקט (אָדער שנײַדט) װי אין קרױט אַרײַן.“ אין דער צײַט פֿון יאָר קאָן מען באמת אַרײַנהאַקן אין קרױט װאי אין קרױט אַרײַן.

קרױט זופּ

מאַסלינע בױמל

2 ציבעלעס, צעשניטן

1 הײפֿטל קרױט, אַן ערך 3 פֿונט, צעשניטן

1 בוריק, צעשניטן

1 עפּל, צעשניטן

1 מער, צעשניטן

1 שאַרפֿער פֿעפֿער, גאַנץ

1 פּושקע מיט פּאָמידאָרן (28 אָנצן)

1 טעפּל רױטע װײַן

צוקער צום טעם, אַן ערך 1/3 טעפּל

זאַלץ און פֿעפֿער צון טעם

קאָכט'ץ די ציבעלעס אין בױמל. אַז זײ װערן װײך, גיט'ץ צו דעם קרױט, בוריק, עפּל, מער, און שאַרפֿן פֿעפֿער. קאָכט'ץ נאָך צען מינוט און גיט'ץ צו די פּאָמידאָרן, און װײַן. װען די פּאָמידאָרן װערן שױן הײס, גיט'ץ צו גענוג װאַסער (אַן ערך 12 טעפּלעך) עס זאָל װערן אַ זופּ. קאָכט'ץ די זופּ נאָך אײן שעה. גיט'ץ צו צוקער און אַלץ לױטן טעם און קאָכט'ץ די זופּ נאָך אַ ביסל.

מײַן באָבע, זאָל זי מיען, פֿלעגט מאַכן אַן ענלעכע זופּ, אָבער אָן װײַן, מערן, בוריקעס, און אַװדאי אָן שאַרפֿע פֿעפֿערלעך.

ער האַקט װי אין קרױט אַרײַן
He is cutting into it as if it were a cabbage (He is eating with great gusto)

1 Comments:

Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

It is! I plan eventually to follow up with translations of all my recipes. Of course, I have been planning eventually to do a whole bunch of things,

9:35 PM  

Post a Comment

<< Home