רעטעך שפּריכװערטער בײַ בערנשטײנען
בײַ בערנשטײנען געפֿיןען זיך 4 שפּריכװערטער אין װעלכע רעטעכער װערן דערמאָנט ואַלו הם. די דערקלערונגען אין קלאַמערן זענען בערנשטײנס אַלײן׃
„גאָט מאָרגן!“ —„רעטעך טראָג איך!“
(מען זאָגט אַז אַ טױבער האָט דאָס געענטפֿערט אױף „גוט מאָרגן“.—מען געברױכט דאָס װען אײנער ענטפֿערט נישט צו דער זאַך)
אַז מען דאַרף האָבן אַ מלך, איז אַ קאָריק (אָדער אַ שװאַנץ פֿון אַ רעטעך) אױך אַ מלך.
(װען עס פֿעלט בײַם שאַכשפּיל דער קעניג באַדינגט מען זיך מיט אַ קאָריק, און אפֿילו מיט אַ שװאַנץ פֿון אַ רעטעך)
אַז עס גײ די סדרה קרח, קומט אױף׃ קאַרשן, רעטעך, כרײן.
דרײַ זאַכן זענען דאָ אין לעמבערג׃ פֿאַלשע עדות, שװאַרצע רעטעך, און בלױע פּופּקעס.
(די צװײ ערשטע זאַכן זענען נישט גאַנץ זיכער, אָבער די „לעמבערגער פּופּקעס“ זענען באמת באַרימט)
נו, „„גוט מאָרגן!“ „רעטעך טראָג איך!““ איז גענוג קלאָר. עס קומט מיר פֿאָר אַז דאָס שפּריכװאָרט װעגן דעם מלך האָט צו טאָן אָפּיך מיט פּאָליטיק און נישט נאָר מיט אַ שאַכשפּיל. דאָס װאָרט „שװאַנץ” קאָן זײַן זײער גראָב אין געװיסע קאָנטעקסטן, און דאָס װאָלט אַמאָל געװען אַפּראָפּאָ „אַז מען דאַרף האָבן אַ מלך“, און אַלץ מער װען מען האָט שױן אַ מלך!
סדרה קרח לײענט מען אין יוני אָדער פֿראי אין יולי װען עס װערן צײַטיק קאַרשן, רעטעך, און כרײן װאָס זײערע ראשי־תּאבֿות מאַכן „קרח“.
איך הײב נישט אָן צו פֿאַרשטײן װאָס זענען געװען „לעמבערגער פּופּקעס“ און פֿאַר װאָס זײ זענען געװען „באמת באַרימט”.
0 Comments:
Post a Comment
<< Home