Monday, January 30, 2006

װי אַזױ טריקנט דער קיסר טײ

אין „דעם קיסרס עין־הרע” פֿון מרדכּי צאַנין, באַקלאָגט זיך אַ מלמדס אַ ייִדענע װען ער לאָזט פֿאַלן דעם קיסר (דאָס הײסט, אַ פּאָרטרעט פֿונעם קיסר) פֿון די הענט׃

„בטלן אײנער!“ —האָט שפּרינצע שיִע זלמנס אַ קװיטש געטאָן, — װאָס האָסטו מורא געהאַט צו געבן מיר דעם קיסר אין דאָ הענט אַרײַן? האָסט מורא געהאַט איך װעל אים פֿאַרקנעטן אין די לאָקשן? קענסט דאָך אַפֿילו דעם קיסר נישט אױפֿהענגען!“

שפּרינצע שיִע זלמנס אױסדרוק װעגן „פֿאַרקנעטן )דעם קיסר( אין די לאָקשן“ געפֿעלט מיר זײער. נאָך געשמאַקע „לאָקשן“ אױסדרוקן געפֿינען זיך דאָ.

דער קיסר װערט דערמאָנט (צוזאמען מיט ייִדיש עסן) אינעם ליד „װי אַזױ טריקנט דער קיסר טײ?“

מען נעמט אַ היטעלע צוקער, און מע מאַכט אַ לאָך, און מע גיסט אַרײַן די טײ, און מע מישט און מע מישט, און מע מישט —אָט אַזױ אָט אַזױ אָט אַזױ טרינק דער קיסר טײ!

דאָ זענען די װערטער אױף ענגליש און ראָמאַניזירט. דאָס דאַרף זײַן זײער אַ קאָמיש ליד, אָבער מיר איז עס אַלעמאָל אַ ביסל טרױעריק. אַפֿילו די גרעסטע פֿאַנטאַזיעס פֿומען פֿאָלק —װאָס טוט דער קיסר– זענען געװען אַזױ ענוהדיק—ער האָט אַ סך צוקער צו דער טײ.

דאָ קען מען קױפֿן דעם קיסרס טײ דאָ טרינקט די קירסין טײ.


2 Comments:

Blogger zoe p. said...

i have no idea what you've said about this tea, but we bought some about a year ago and it took some of the finish off of our tile countertop.

4:46 PM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

The Czar’s vengeance was slow in coming and modest in scope. He also seems to be choosing his targets somewhat erratically.

6:50 PM  

Post a Comment

<< Home