Tuesday, January 24, 2006

מער װעגן רעטעך



אליה פּאַלעװסקי האָט געשריבן אין מענדעלע 15.005



געפֿרעגט בײַ דער מאַמען, האָט זי דערמאָנט װי זי פֿלעגט אַמאָל פּרעגלען אײַנגעמאַכטס פֿון שװאַרצן רעטעך. צוערשט צעשנײַדט מען דעם רעטעך אױף דינע פּאַסיקלעך, מען קאָכט עס גוט אױס ביז דער ריח גײט אָפּ אָבער מע דאַרף היטן עס זאָל זיך ניט צעקריכן. דערנאָך, פּרעגלט מען עס אין האָניק און צוקער. בײַ איר אין דער הײם (סװינציאַן) האָט מען אָט די פּאָטראַװע אָנגערופֿן אײַנגעמאַכטס צאָטש די מאַמע האָט באַמערקט אַז מע קענדאָס אױכעט מאַכן מיט מאַראַנצן שאָל און אײגנטלעך מאַכט זי פּסחדיקע טײגלעך אױף אַן ענלעכן אױפֿן — טעם גן־עדן!


0 Comments:

Post a Comment

<< Home