Monday, March 20, 2006

װאָס טוט אַ קולינאַרישער עטנאָגראַף

אַ מאָל פֿרעגט מען בײַ מיר װאָס איז בפֿירוש מײַן אַרבעט.

— ביסט אַ פֿאָלקלאָריסטקע? פֿרעגן זײ, דאָס הײסט אַז דו זינגסט פֿאָלקסלידער?

— אַ מאָל זינג איך יאָ אַ פֿאָלקסליד, זאָג איך, אָבער דאָס איז נישט מײַן אַרבעט.

— דערצײלסטו דען פֿאָלקס־מעשׂות? פֿרעגן זײ װײַטער,

— אַ מאָל דערצײל איך יאָ אַ פֿאָלקס־מעשׂה, בין איך מודה, אָבער דאָס איז אױך נישט מײַן אַרבעט.

— נו, אַז נישט, װאָס איז יאָ דײַן אַרבעט?

— איך זיץ בײַ ייִדן אין קיך, און איך טרינק בײַ זײ טײ און עס פֿלאָדן.

— און פֿאַר דעם קריגסטו באַצאָלט?

נישט גענוג.


, ,

2 Comments:

Anonymous Anonymous said...

ha! yo, b'emes...me fregt bay mir enlekhe frages ale mol. Azoy vi, "etnomusicologie? Interesant! Vosere instrumentn shpilstu?"
Ir zitzt in kikh un trinkt tey, un ikh gey af contzertn.

11:07 AM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

כאַ כאַ
נו, נישט צו פֿאַרזנדיקן, אנדז האָבן מיר די בעסטע אַרבעטאױף דער װעלט

12:37 PM  

Post a Comment

<< Home