Monday, June 05, 2006

צעזאַר טשאַװעז טאָג


 

טוט'ץ אַ קוק אויפֿן װעבזײַטל פֿון די פֿאַראײניקטע פֿאַרם־אַרבעטער (United Farm Workers). אױב עץ װילץ, קאָנץ עץ אונטערחתמענען צו װידמען אַ טאָג צעזאַר טשאַװעזן.

עסן און אַרבעטער-רעכט זענען  טיף אײַנגעװאָרצלט אין האַרצן בײַ אַלע ייִדן

װאָס  דעליקאַטער און געשמאַקער די געװיקסן זענען, אַלץ שװערער און ביטערער איז די אַרבעט זײ צוזאַמענצוקלױבן. ( איך בין געװאָרן אױס־מענטש נאָך 30 מינוט רײַסן ספּאַרזשע). צעזאַר טשאַװעז האָט געבױט אַן אַרבעטער־בעװעגונג אַ רײנע פֿון ר"ל נאַציאָנאַליזם און ראַציזם. זכותו יגן עלינו.

0 Comments:

Post a Comment

<< Home