טײַלאַנדער טעמפּל אין בױרקלי
סטרושקעס, טאָפֿו, און באַמבו מיט רײַז
אין בױרקלי, האָב איך געגעסן אײן טאָג מיטאָג אינעם באַרימטן טײַלאַנדער טעמפּל. אין טעמפּל, דערלאַנגען זײ אַלע זונטיק געשמאַקע עסן, כּמעט אין גאַנצן װעגעטאַריש.
װען איך בין אָנגעקומען האָב איך זיך אַ ביסל דערשראָקן. הונדערטער מענטשן זענען געשטאַנען װאַרטן אין לאַנגע רײען. באַלד האָב איך זיך דערװוּסט אַז איך האָב געװאַרט שױן אַ ביסל צײַט אױף אַ פֿאַלשן רײ. קודם, מוז מען װאַרטן אין אַ רײ צו בײַטן געלט. עסן קאָן מען קױפֿן נאָר מיט זשעטאָנען װאָס זײ פֿאַרקױפֿן דאָרטן.
נאָכן עסן, קאָן מען צוריקפֿאַרקױפֿן די איבעריקע זשעטאָנען, אױב מען האָט גענוג צײַט און געדולד. זיכער פֿאַרדינען זײ אַ סך פֿון די װאָס אײַלן זיך און נעמען מיט די איבעריקע זשעטאָנען.
נאָך דעם װאָס מע האָט שױן זשעטאָנען, גײט מען װאַרטן אױף באַזונדערע רײען פֿאַר רײַז מיט „קאָרי“, לאָקשן מיט יױך, סאַלאַטן, געטראַנקען (איך האָב צום בעסטן ליב קאַלטע טײ מיט זיסע מילך), און אינטערעסאַנטע לאַטקעלעך פֿון קאָקאָנוס װאָס הײסן „כאַנאָם קראָג“ און „כאַנאָם באַבין“. כאַנאָם באַבין האָט אױך טאַראָ.
מיט געדולד אָבער, שעפּט מען אױס אַ קװאַל; דאָס עסן האָט טױזנט טעמים.
די װאָס װילן מעגן זיך אַרײַנכאַפּן אין טעמפּל ברענען סענסן און טאָן תּפֿילה, אָבער זײ מאַכן נישט קײן „קירובֿ“. אַלע מעגן אָפּעסן בשלום און אַװעק.
0 Comments:
Post a Comment
<< Home