Sunday, August 20, 2006

תּפֿילה און טשאָלנט בײַ ייִדן



איך האָב זיך גאָרנישט נישט פֿאָרגעשטעלט. אָט געפֿינט זיך זײער אַ כאַפּעװדיקער פֿילם װעגן דאַװענען (און טשאָלנט) אױף ייִדיש. איך האָב פֿריער נישט געהערט װעגן „זכרון משה” אין ירושלים, און איך װײס נישט װאָס הײסט אַז זײ זוכן אַ מנין „24/7“. דאָס דערמאָנט מיר אָבער אין עפּעס װאָס די באָבע ע"ה פֿלעג זאָגן װעגן דאַװעװען אין דער אַלטער הײם. אין ראָפּשיץ, האָבן זײ געהאַט אַ קרעטשמע אױפֿן „קיסר־װעג“, פֿון קראָקע קײן לעמבעריק. װען אַ ייִד איז אָנגעקומען עסן, האָט ער געװאַרט נאָך אַ צװײטן, און אַ דריטן, און װען נײַן אַנדערע זענען שױן געװען, האָבן זײ אַרײַנגעכאַפּט אַ מנחה און אַװעק. דער נעקסטער ייִד װאָס איז אַרײַן האָט אָנגעהױבן װאַרטן אױף 'ס'נײַ. אַזױ האָבן זײ געהאַט כװאַליעס פֿון מנינים אַ גאַנצן טאָג.

קיסר־װעג
Interstate highway? (kayzerveg)


0 Comments:

Post a Comment

<< Home