Tuesday, August 08, 2006

די ייִדן און די װעלאָסיפּעדיסטן


   


A Jewish bicycle factory in Grodno
 
הײַנט בין איך געפֿאָרן אַ פּאָר בלאָקעלעך מיט דער ראָװע (װעלאָסיפּעד) צום ערשטן מאָל אין צװײ יאָר. דאָס האָט מיר אַזױ לאַנג שטאַרק אױסגעפֿעלט. איצטער מוז איך זיך אױף ס'נײַ צוגעװײנען צו פֿאָרן אױף די ניו־יאָרקער גאַסן און דעם אמת געזאָגט, שרעק איך זיך אַ ביסל. פֿאַר װאָס האָבן אַלע פֿײַנט װעלאָסיפּעדיסטן?
איך דערמאָן זיך אין אַן אַלטן משל׃ אַ פּאַסקודנער אנטיסעמיט טשעפּעט זיך צו צו אַ ייִדן און מאָנט בײַ אים׃
—װער איז שולדיק אין אַלע מלחמות אױף דער װעלט?
—די ייִדן און די װעלאָסיפּעדיסטן. ענפֿערט אים אָפּ דער ייִד.
—פֿאַר װאָס די װעלאָסיפּעדיסטן? פֿרעגט דער פּאַסקודניאַק, אַ דערשטױנטער.
—פֿאַר װאָס די ייִדן?

0 Comments:

Post a Comment

<< Home