קאָנאָפּליעס אין דער ייִדישער ליטעראַטור און אין דער קיך
אין „אַ באַשערטע זאַך“ פֿון שירע גאָרשמאַן, האָט חתונה אַ ייִדישע נײטאָרין פֿון שטאָט מיט אַן אַקטיאָר פֿון די דערפֿער. אַ יאָר נאָך דעם, באַקענען זיך די מחותּנתטעס:
אין אַ מעת־לעת אַרום האָט מישע אַרײַנגעפֿירט צװײ בײַאָרטע פֿרױען, און דערנאָך גענומען שלעפּן פּעק, פּעקלעך, און צװײ הילצערנע טשעמאָדאַנעס, צו װעלכע עס זײַנען מיט שטריק געװען צוגעקרעמפּעװעט גרױסע שװאַרצע װאָליקעס. די מומע פּראָסיע האָט גלײַך אַרױסגענומען פֿון אַ טאָרבע אַ היפּשע פֿלאַש סאַמאָהאָן. מישע האָט זי צוריק אַרײַגעשטעלט, נאָר די מומע פּראָסיע איז געװען שטאָל און אײַזן. זי האָט געטענהעט אַז זי האָט די פֿלאַש אײַנגעטוליעט אין אַ קישעלע, אַז דער סאַמאָהאָן איז פֿון איבערגעקליבענעם װײץ, אַז זי האָט אַרײַנגעלײגט אַהין אַ ביסעלע פּאָלין און שװאַרצע יאַגדעס, עס זאָל זײַן געשמאַק, און אַז דאָס איז אַ רפֿואה צו אַלע װײטאָגן. נאָר מישע האָט עס ניט געװאָלט הערן. נאָך דעם האָט מישעס מאַמע, מאַריאַ איװאַנאָװנאַ, גענימען אַרױסלײגן, װאָס זי האָט געברכט׃ אַ טאָרבעלע מיט אַ װײצן מעל, אַ טאָרבעלע הירזש, אַ טאָרבעלע מאָן, און אַ טאָרבעלע מיט אַ ביסל קאָנאָפּליעס. מישע האָט עס אַלץ באַטראַכט זײער ערנסט, און װען ער האָטױפֿגעבונדען דאָס טאָרבעלע מיט די קאָנאָפּליעס, האָט ער אומעטיק געפֿרעגט׃
—פֿאַר װעמען איז דאָס?
—פֿאַר דײַנע הינער,—האָט מאַריאַ איװאַנאָװנאַ געשמײכלט. אָבער דאָס טאָרבע מיט די קאָנאָפּליעס האָט זי אַװעקגעלײגט אױבנױף. . . .
װען רחל איז אַרײַן אין שטוב, האָט מישאַס מאַמע גיך אַ כאַפּ געטאָן דאָס טאָרבעלע מיט די קאָנאָפּליעס, אָנגענוםען אַ פֿולע זשמעניע, באַשאָטן רחלען. ערשט דערנאָך האָט זי רלען אַרומגענומען, זי אַ קוש געטאָן דרײַ מאָל. די מומע פּראָסיע האָט אױך אַ קוש געטאָן רחלען דרײַ מאָל. זי האָט אַרױסגענומען פֿונעם בוזעם אַ קניפּעלע–אַ רינג מיט אַ גרינלעכן שטײן, און האָט עס אָנגעטאָן אױף רחלס פֿינגער.
—זײַ װיסן, קראַסאַװיצע,— האָט זי געזאָגט רחלען,— אַז דעם רינג האָט מיר געשענקט מײַן מאַן, װען ער האָט זיך געשדכנט צו מיר. דאָס איז אַ טײַערער רינג. דער שטײן איז אַן אמתער–ניט קײן פֿאַלשער!—און צו מישען׃— האָסט אַפֿילו ניט צוגעשיקט קײן פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דײַן װײַב, אָבער איצט זע איך, אַז זי שײַנט, װי די זון.
אַלע זײַנען געװען אַזױ פֿאַרװוּנדערט פֿון דעם, װאָס מישאַס מאַמע האָט באַשאָטן רחלען מיט די קאָנאָפּליעס, אַז דער רינג און דער מומע פּראָסיעס װערטער האָבן געמאַכט אַ קלענערן אײַנדרוק, װי עס װאָלט געקאָנט מאַכן.
—מאַמע, זע װי דו האָסט איבערגעשראָקן ראַכילקען,— האָט מישע באַמערקט.
—נישקשה, נישקשה, בײַ אונדז אין דאָרף פֿלעגט מען אַזױ טאָן. זי װעט דיר קינדלען פֿון די קאָנאָפּליעס, װי אַ קאַץ! האָט מאַריאַ איװאַנאָװנאַ געלאָזט װיסן.
באמת אַ רירעװדיקע סצענע. מיר איז באַזונדערס אינטערעסאַנט װי אַזױ די צװײ הײמישע טראַדיציעס װעגן װעלכע דער דאָרפֿישער חתן שעמט זיך האָבן בײדע צו טאָן מיטן עסן. ער האָט באמת גאָרניט מיט װאָס זיך צו שעמען. סײַ די דאָרפֿישע מחתּנים, סײַ די פֿון מאָסקװע פֿאַרשטײען אַז די אַלטע רעצעפּטן האָבן עפּעס אַ װערט, נאָר דער װאָס האָט זיך אױסגעאַרבעט פֿון דאָרף אַרױס שרעקט זיך פֿאַר זײ.
אַלע װערן אַ יאָ ביסל דערשראָקן פֿון דער פּרימיטיװער רפֿואה, אָבער עס אַרבעט גוט. מיט אַ פּאָר חדשים שפּעטער האָבן מישאַ און רחל אַ קינד.
װי אָפּצובראָטן קאָנאָפּליעס
װאַרעמט'ץ אָן אַן אײַזערנע סקאָװראָדע. שיט'ץ אַראײַן די קאָנאָפּליעס און מישט'ץ זײ גוט מיט אַ הילצערנעם לעפֿל. הערט'ץ נישט אױף צו מישן אַפֿילו אײן מינוט–זײ זאָלן נישט פֿאַרברענט װערן.
קאָנאָפּליעס־מילך
2 טעפּלעך סױאַ מילך, אָדער קאָקאָ מילך, אָדער װאַסער
4 גרױסע לעפֿלעך אָפּגעבראָטענע קאָנאָפּליעס
מישט'ץ די מילך אָדער װאַסער מיט די קאָנאָפּליעס זײער גוט אין אַ בלענד־מאַשין. איך האָב די מילך ליב װי זי שטײט און גײט, אָבער אַ סך מענטשן געבן צו צוקער, האָניק, און װאַניל. מאַכט'ץ זי װי עץ פֿאַרשטײט'ץ.
װאַליקעס (װאָליקעס)
bolsters
סאַמאָהאָן
home-brewed vodka
פּיאָלין (פּאָלין)
wormwood, artemesia, absinthe
הירזש
millet
קאָנאָפּליע
hemp
קאָנאָפּליעס
hemp seeds
זשמעניע
handful
Gorshman, Shira. Lebn Un Likht. Moscow, 1974.
0 Comments:
Post a Comment
<< Home