נוס־שמיר מיט קאָנאָפּליעס
נעכטן, שפּעט בײַ נאַכט, האָב איך געהאַט אַ שטאַרקן חשק צו סטאַשקע־שמיר. קײן סטאַשקעס זענען נישט געװען צו דער האַנט, צוליב דעם װאָס זינט דעמאָלט װען איך האָב ערשט פֿאַרטזוכט די טעם־גן־עדנדיקע פּערזישע סטאַשקעס פֿונעם זונרױז מאַרק אין קװינס, קען איך נישט דערטראָגן קײן אַנדערע. מילה, האָב איך זיך אַן עצה געגעבן און געמאַכט עפּעס גאָר אַ סך בעסערס. איך האָב געמאַכט אַ שמיר פֿון אַ געמיש פֿון געזאָלצענע, געבראָטענע אָרגאַנישע ניס פֿונעם גאַנץ־יאָגע מאַרק. איך מאַך נוס־שמיר אין אַ טשעמפּיאָן זאַפֿט־מאַשין. עס אַרבעט װוּנדערלעך. מען קאָן דאָס מאַכן אױך אין סתּם אַ פּראָצעסירער.
נוס־שמיר מיט קאָנאָפּליעס
1 טעפּל געזאָלצענע ניס׃ מאַנדלען, אַנאַקאַרדן, װאַלדניסלעך, פּעקאַנניס, בראַזילער ניס
2 לעפֿלעך אָפּגעבראָטענע קאָנאָפּליעס
מאָלט'ץ גוט אָפּ די ניס און קאָנאָפּליעס אין אַ זאַפֿטמאַשינדל אָדער פּראָצעסירער. גיט'ץ צו זאַלץ לױטן טעם.
מאַנדלען
almonds
אַנאַקאַרדן
cashews
װאַלדניסלעך
Hazelnuts, filberts
פּעקאַנניס
pecans
בראַזילער ניס
Brazil nuts
קאָנאָפּליעס
Hemp seeds
0 Comments:
Post a Comment
<< Home