קױלעטש פֿון קאַבאַק
דער קױלעטש צעגײט אין אַלע גלידער אַרײַן. געל װי די װעלט איז ער.
אַן ענגלישער נוסח געפֿינט זיך דאָ.
½ טעפּל װאַסער
3 קאָנװערטן הײװן
1 טעפּל צעקװעטשטן קאַבאַק (8 אָנצן)
1 און ½ אײער (דאָס צװײטע האַלב־אײ װערט גענוצט שפּעטער)
4 געלקלעך
1 עסלעפֿל זאַלץ
¼ טעפּל האָניק
¼ טעפּל מאַסלינע בױמל
6 טעפּלעך מעל (24 אָנצן)
——–
½ אײ
1 טײלעפֿל װאַסער
מאָן אָדער קאַבאַק־זױמאַן
שיט'ץ הײװן אין װאַרעמען װאַסער אַרײַן עס זאָל אַ ביסל צעגײן. גיט'ץ צו קאַבאַק, אײער און געלקלעך, זאַלץ, האָניק, און בױמל, און מישט'ץ גוט אױס. גיט'ץ צו מעל, און מישט'ץ און קנעט'ץ אױס עס זאָל װערן אַ גלאַטער טײג. לײג דעם טײג אַרײַן אין אַ שיסל און באַשמיר אַ ביסל בױמל איבערן גאַנצן איבערפֿלאַך. דעקט'ץ אים צו און לאָזט'ץ װאַקסן 1 שעה אָדער אַ ביסל לענגער. צעטײלט'ץ דעם טײג אױף קלײנע טײגעלעך. מיט 12 טײגעלעך קאָן מען מאַכן צװײ קױלעטשן; מיט 24 קאָן מען מאַכן 2 „רעבנס חלות”.
מיט די 6 גרעסערע טײגלעך, מאַכט'ץ דעם קױלעטש׃ מיט די הענט, קאַטשעט'ץ אױס אַ ביסל יעדעס טײגל —נאָר אַ ביסל! מען דאַרף זײ לאָזן רוען אַ ביסל. הײבט'ץ אָן מיט טײגל נומער אײנס פֿון ס'נײַ, און קאַטשעט'ץ נאָך אַ ביסל יעדעס טײגל, לאָזט'ץ זײ רוען נאָך אַ מאָל, און קאַטשעט'ץ זײ נאָך אַ מאָל, ביז דעם װאָס זײ װערן שלענגלעך פֿון 12–15 צאָל (30– 37 צענטימעטער).
פֿלעכט'ץ דעם קױלעטש׃ צעקניפּט'ץ די שלענגלעך פֿון אױבן.
לײגט'ץ דאָס שלענגל פֿון לינקס אין מיטן, און דאָס צװײטע פֿון רעכטס צום לינקס.
נאָך דעם, לײגט'ץ דאָס פֿון רעכטס אין מיטן,
און דאָס צװײטע פֿון לינקס צום רעכטס.
און אַזױ װײַטער.
קניפּט'ץ צונױף די עקעלעך פֿון אונטן.
מיט די 12 קלענערע טײגלעך, מאַכט'ץ דעם רעבנס חלה׃ לײגט'ץ די טײגלעך אַרײַן אין אַ פֿענדל פֿון 8 אָדער 9 צאָל (20-23 צענטימעטער), און שױן!
װאַרעמט'ץ אָן דעם אױװן אױף 400 גראַד פֿאַרענהײַט (200 גראַד צענטיגראַד, מאַרק 6). דעקט'ץ צו די חלות און לאָזט'ץ זײ װאַקסן 40 מינוט אָדער 1 שעה.
מישט'ץ אױס דאָס האַלב אײ װאָס בלײַבט מיט װאַסער און באַשמירט'ץ די חלות. לאָזט'ץ זײ זיך אױסטרוקענען אַ ביסל און באַשמיר זײ נאָך אַ מאָל און װידער אַ מאָל. באַשיט זײ מיט מאָן, אָדער מיט די קאַבאַק זױמען. באַקט'ץ די חלות 30 מינוט.
נו, עץ זענט נישט הונגעריק? נאַטעץ!
An English version of this recipe is here.
More festive choices are at Weekend Herb Blogging
Weekend Herb Blogging, whb,
Food and Drink, Recipes, Cooking, Food, Vegetarian, antioxidant-rich foods
7 Comments:
Oh wow - That is simply spectacular!
Thanks so much! I am afraid this one is not gluten-free, but some good g-f things are in the pipe.
א גוטען וואך גבירת השוקולד
אנשולדינקט מיר מאיינע צעבראכענע יידיש
דאיין בלוג איז א פארגענאגען
אפשר האסט טו אלטע רעצעפטען פון
יידישע קיך?
מאיי אי מייל איז
mikebel@012.net.il
א דאנק
בלה
Not only is the bread itself really beautiful, but the pictures are quite amazing.
BEAUTIFUL!
Paz
my mother makes delightful pumpkin challah for Rosh Hashana, I beleive its a turkish recipie.
Now that's impressive! YUMMY!!
Post a Comment
<< Home