קריפּאַלו
איך בין אױף אַ פּאָר טעג דאָ אױף אַ יאָגע־װאָך אין דעם קריפּאַלו־אינסטיטוט. עס איז ענלעך צו דער ייִדיש־װאָך, אָבער דאָס עסן איז גאָר אַ סך בעסער. װען מיר װאָלטן געקאָנט עסן אַזױ גוט אױף דער ייִדיש־װאָך, װאָלט משיח שױן געקומען.
די פֿריערדיקע קעכין האָט געמאַכט אַ קריפּאַלו־קאָכבוך. איך האָף די איצטיקע זאָל אַלײן אָנשרײַבן אַ נײַ בוך אױכעט. זי האָט אױסגעטראַכט און אָפּגעקאָכט טעם־גן־עדנדיקע זאַכן. נעכטן האָבן מיר געהאַט טאָפֿו מיט פּאָמידאָרן, מאַסלינעס, קנאָבל און קאַפּערס. ממש אָפּצולעקן די פֿינגער, און הײַנט װײכע פּיראָגען פֿון שפּינאַט. דעם רײנעם אמת געזאָגט, גײט מיר נישט אָן די יאָגע אַזױ פֿיל.
קאַפּערס
capers
0 Comments:
Post a Comment
<< Home