Friday, February 02, 2007

קנאָבל און שטעכלקע : ייִדן און שאָטלאַנדער

קנאָבל און שטעכלקע
Thistle and Garlic from Tapestry Art

אין דער צײַט װען איך האָב שטודירט ייִדיש אין אָקספֿאָרד, האָב איך געהאַט די גרױסע הנאה זיך צו באַקענען מיט אַ שײנעם ייִדן פֿון דער ליטע, דרך שאָטלאַנד. ייִדיש האָט ער גערעדט מיט אַן עכטן שאָטישער „באָר“ געזאָגט האָט ער מיר׃

דונדי איז ניט גנוג פֿרום, װױנען מיר אין גלאַזגאָ. מיר האָבן שײנע ייִדן אין גלאַזגאָ, ליטװאַקס!

Dundee iz nit genuig fruim, voynen mir in Glasgow. Mir hoobn sheyne yidn in Glasgow, Litvaks! (Dundee is not frum enough, so we live in Glasgow. We have some great Jews in Glasgow, Litvaks!)

דאָס איז שױן מיט אַכט יאָר צוריק, און עד־היום, אַז עס װערט דערמאָנט דונדי, װאָס דער קאָנטעקסט זאָל נישט זײַן, קאָן איך זיך נישט אײַנהאַלטן, מוז איך אַרױס׃ „דונדי איז נישט גענוג פֿרום!“

איך דערמאָן זיך די װאָך אין שאָטלאַנדער ענינים צוליב דעם װאָס די װוּנדערלעכע קאַראַ דע סילװע (Cara De Silva) האָט לעצטנס געפֿונען דעם אַרטיקל װעגן „האַגיס“ (מאָגן), אין דער שאָטלאַנדער װיקיפּעדיע. װיבאַלד איך האָב אָנגעהױבן אַ ביסל בלאָנדזשן אין דער שאָטלאַנדער װיקיפּעדיע, איז עס מיר אײַנגעפֿאַלן אַז זי איז אין געװיסע פּיטשעװקעס ענלעך צו דער ייִדישע. למשל, דער אַרטיקל װעגן קאַרטאָפֿליעס:

A Tattie is a kynd o fuid. It is a ruit fund in the grund

איז באַשערט דעם װעגן קעטשאָפּ.

א צושפייז צום עסן און איינצוטינקען געמאכט פון טאמעיטא זאפט

די שאָטישער שפּראַך, װי די ייִדישע, איז זײער ליבעראַל מיט דימינוטיװן, און מע נוצט ענלעך דעם דעפֿיניטן אַרטיקל, קאָנװערבן, און מאָדאַלע װערבן.

| | | |

0 Comments:

Post a Comment

<< Home