Wednesday, March 28, 2007

לאַנד פֿון לאַטקעס

איך האָב לאַנג געמײַנט אַז דאָס װאָרט „לאַטקע“ איז אַ דימינוטיװ פֿון „לאַטע“ און מיר הײסן די געשמאַקינקע מאכלים אַזױ צוליב דעם װאָס זײ זעען אױס װי קלײנע לאַטקעלעך. הײַנט אָבער, האָב איך געלערנט אין זײער אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל פֿון לעזלי טשײמבערלין װעגן אידעאָלאָגיעס פֿון עסן אין רוסלאַנד אַז אַ מאָל איז געװען אַן אַלט רוסיש װאָרט לאַדקאַ, אָדער לאַטקאַ, Ладка) אָדער (Латка װאָס מײנט סקאָװראָדע, אָדער פֿענדל. צי װאָלט דאָס געװען אַ מחתּן אונדזער לאַטקע? אױף ענגליש הײסן אַ סך מאכלים נאָך די כּלים אין װאָס מע קאָכט זײ אָפּ (מאַרמײַט, קאַסעראָל, טערין אואַ"װ) אפֿשר אױף ייִדיש אױך. דאָס װאָרט „לאַטקע“ אָבער, איז רעלאַטיװ אַלט, איז עס מסתּמא נישט פֿון רוסיש. אַ צופֿאַל?

3 Comments:

Anonymous Anonymous said...

כ'האָב אלעמאָל געמיינט אז דאס וואָרט 'לאטקע' קומט אויס אוקראיניש! איך בין אבער אוודאי קיין מבֿין ניט

8:58 PM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

װאָס מײנט לאַטקע אין אוקראַיניש

11:09 PM  
Anonymous Anonymous said...

לאטקע (אדער ’אָלאטקע'??) מיינט...לאטקע

1:49 PM  

Post a Comment

<< Home