Red Pepper Puree סאָס פֿון רױטע פֿעפֿערן
סאָס פֿון רױטע פֿעפֿערן פֿאַר אַספּאַראַגוס (און אַנדערע זאַכן)
2 רױטע פֿעפֿערן
1 הײס פֿעפֿערל (אױב מע װיל)
½ טעפּל מאַסלינע בױמל
¼ טעפּל באַלסאַמישער עסיק
זאַלץ
לײגט'ץ די פֿעפֿערן אױף אַ שטיק זילבערנער פּאַפּיר און בראָט זײ אָפּ אונטערן פֿלאַם פֿון אױװן, דער איבערפֿלאַך זאָל װערן אין גאַנצן שװאַרץ. װיקל זײ אײַן אינעם זילבערנעם פּאַפּיר ביז קיל גענוג, און שײלט'ץ זײ אָפּ מיט די פֿינגער און נעמט'ץ אַראָפּ די קערעלעך. מאָלט'ץ אָפּ די פֿעפֿערן מיט בױמל, עסיק, זאַלץ און הײסע פֿעפֿערלעך אין אַ פּראָצעסירער. דאָס איז זײער געשמאַק מיט (אָפּגעשײלטע) אַספּאַראַגוס.
Red Pepper Puree for Asparagus (or Other Things)
2 red bell peppers
1 fresh chile pepper (optional)
½ cup olive oil
¼ cup balsamic vinegar
salt
Place the peppers on a sheet of aluminum foil and cook them under the broiler, turning a few times, until the skin is charred all over. Wrap them in the foil until they are cool enough to handle. Peel the peppers and remove the seeds. Puree them with the oil, vinegar and seasonings. Lovely with fresh steamed (peeled!) asparagus)
Labels: pareve פּאַרעװע, perfect for peysekh פּסחדיק װי די װעלט, peysekhdik פּסחדיק, vegan װעגאַן
2 Comments:
How beautiful! The visual beauty of food helps us to appreciate how delicious it tastes. That is a reason that restaurants should not be dark..
San Lao Qiao
Thank you!
Post a Comment
<< Home