אַדיעקטיװן פֿון משה נאַדיר
Cited in H. Frederic Janson, Pomona's Harvest 1996 Portland Oregon: Timber Press.
אַז מײַנע סטודענטן באַקענען זיך מיט ייִדישע קאָנװערבן, האָב איך ליב צו לערנען דאָס שײן ליד װעגן באָטאַניק און גראַמאַטיק.
אַ גוטן חמישה־עשׂר אײַך אַלעמען!
אַדיעקטיװן
משה נאַדיר
שײנע קאַרשן אױפֿן בױם, װילט איר אָפּרײַסן זיך פֿון אײַער מוטערצװײַג?
שײנע קאַרשן שװײַגן.
רױטע קאַרשן אױפֿן בױם, װילט איר אין מײַנע אױסגעשפּרײטע הענט אַרײַנפֿאַלן?
רױטע קאַרשן שװײַגן.
ליבע קאַרשן אױפֿן בױם, װילט איר װילדע פֿױגל זאָלן אײַערע יונגע לײַבער אױסשטעכן?
ליבע קאַרשן שװײַגן.
פֿײַנע קאַרשן אױפֿן בױם, װילט איר די זון זאָל אײַער שמעקנדיק בלוט פֿון די אָדערן אױסטרינקען?
פֿײַנע קאַרשן שװײַגן.
צײַטיקע קאַרשן אױפֿן בױם, װילט איר דער װינט זאָל אײַך אין אַ פֿרעמד לאַנד פֿאַרװאָרפֿן?
צײַטיקע קאַרשן שװײַגן.
זאַפֿטיקע קאַרשן אױפֿן בױם, װילט איר ערלעכע װערעם זאָלן אײַערע רױטע הערצלעך דורכפֿרעסן?
זאַפֿטיקע קאַרשן ציטערן אױף און פֿאַלן אױף מײַנע ליפּן אַרױף.
חמישה־עשׂר
Khamishòser; Tu Bishvat, the 15th day of Shebat, New Year’s Day for trees
דער װאָרעם (װערעם)
Worm
צײַטיק
Ripe
זאַפֿטיק
Juicy, plump
ציטערן
Shiver, shudder, tremble
0 Comments:
Post a Comment
<< Home