די ערשטע װעדזשי־בורגערס
אינעם הײַנטיק ניו־יאָרק טײַומז שרײַבט מאַרק ביטמאַן װעגן װעגעטאַרישע קאָטלעטן, אָדער „װעדזשי־בורגערס“ װי זײ הײסן אַצינד. מע האָט אַפֿילו אַ װידעאָ־שפּיל אין װעלכן אַ ייִד װאָס איז דאַכט זיך מיר מאַרק ביטמאַן אַלײן גרײט אָן די װעדזשי־בורגערס און עסט זײ מיט גרױסע התלהבֿות.
איך האָב נאָך נישט גמאכט ביטמאַנס „װעדזשי־בורגער“ רעצעפּטן, אָבער „װעדזשי־בורגערס“ זענען געװען גוט באַקאַנט בײַ ייִדן שוין אין 1926 אױב נישט נאָך פֿריער. דער װעגעטאַרישער קאָך בוך „ראַציאָנאַלע נאַהרונג“ פֿון א. ב. מישואָװ און שפֿרה י. מישולאָװ האָט 51 רעצעפּטן פֿאַר בראַטנס, קאָטלעטן, און קראָקעטן. דאָס איז זײער אַן אינטערעסאַנט בוך, און די װעגעטאַרישע געפֿילטע פֿיש האָב איך געמאַכט מער װי אײן מאָל.
אָט אַזױ מאַכן מיר אונדז „האַמבורג קאָטלעטן“
½ 1 גלאָז געקאָכטע צעריבענע לינדזען (לענטילס)
½ גלאָז צעריבענע האָלאַנדער (אַמעריקען) קעז
2 לעפֿל צעריבענע מאַנדלען אָדער פּיגנאָליאַ ניס
ברױט ברעקלעך אָדער מצה־מעל
זיסע פּאַפּריקע, קנאָבל אױב איר װילט
2 אײער, אָפּגעשלאָגענע
2 לעפֿל פּוטער
1 גרױסע רױע ציבעלע
סעלערי־זאַלץ, זאַלץ
צערײַבט די געקאָכטע לינדזען, ניס, ציבעלע, און קעז, אין דעם שפּײַז־מילכל; שלאָגאױף די אײער, מישט צונױף אַלעס אין אײנעם; באַזאַלצט, פֿאַרפּראַװעט. אױב איר װילט אַ ביסל קנאָבל, רײַבט עס אָן זײער דין, און רײַבט עס פֿונאַנדער מיט אַ ביסעלע פֿון דעם שטאָף און נאָך דעם מישט עס אױס גוט מיט אַלעס אין אײנעם, מאַכט עס גאַנץ געדיכט מיט די ברױט־ברעקלעך אאָדער מצה־מעל. מאַכט ניט גאָר קײן גרױסע קױלעטן. טונקט איבער אין אײ און ברױט ברעקלעך, און פּרעגלט אָדער באַקט אין אױװן, און דערלאַנגט מיט אַ סאָס.
נו, גאָרנישט ערגער װי ביטמאַנס פֿאַסאָליע בורגערס.
מיר איז אנטערעסאנט אַז זײ האָבן געװוסט פֿון פּיגנאָליאַ ניס אין 1926!
האַמבורג קאָטלעטן
“Hamburger Cutlets” “veggie burgers”
פּיגנאָליאַ ניס
pine nuts
פֿאַרפּראַװען
To season, to flavor
Mishulow, Abraham B., and Shifrah I. Mishulow. Vegetarishe Koch Buch. New York, 1926.
0 Comments:
Post a Comment
<< Home