Thursday, March 02, 2006

כינעזער פּאָרטרעט

בילד פֿון דוד גאָלדבלאַטס אַלגעמײנע אילוסטרירטע ענציקלאָפּעדיע 1923

איך האָב ערשט געלײענט װעגן װי אַזױ צו שפּילן „כינעזער פּאָרטרעט“ אָדער „ portrait chinois” פֿון אונדזער טײַערער קלאָטילד, די בעלת־הבלאָג (בעל־הבלאָגסטע?) פֿון שאָקאָלאַד און זוקיני (chocolate and zucchini). אונדז שפּילן מיר כינעזער פּאָרטרעט אין קלאַס װען אונדז לערנען מיר זיך דעם סוביונקטיװ. די סטודענטן לערנען זיך גוט אױס דעם סוביונקטיװ און פֿאַרברענגען זיך אױך גוט!

אײן שפּילער טראַכט װעגן אַ באַרימטן מענטש. די אַנדערע שפּילערס פּרוּװן טרעפֿן װעגן װעמען דער ערשטער טראַכט, אָבער זײ מעגן פרעגן פֿראַגעס נאָר אין דעם סוביונקטיװ, אַזױ׃

איך טראַכט װעגן אַ באַרימטן מענטש.

װען ער אָדער זי װאָלט געװען אַ בלום, װאָס פֿאַר אַ בלום װאָלט ער אָדער זי געװען?

װען זי װאָלט געװען אַ בלום, װאָלט זי געװען אַ האָרטענזיע.

װען זי װאָלט געװען אַ דעזערט, װאָס פֿאַר אַ דעזערט װאָלט זי געװען?

װען זי װאָלט געװען אַ דעזערט װאָלט זי געװען אַן אינדיאַנער פּודינג.

װען זי װאָלט געװען אײנער פֿון די ביטלס, װעלכער פֿון די ביטלס װאָלט זי געװען?

װען זי װאָלט געװען אײנער פֿון די ביטלס, װאָלט זי געװען דזשאָרדזש.

װען זי װאָלט געװען אַ פֿױגל, װאָס פֿאַר אַ פֿױגל װאָלט זי געװען?

װען זי װאָלט געװען אַ פֿױגל, װאָלט זי געװען אַ סאָװע.

װען זי װאָלט געװען מעבל, װאָס װאָלט זי געװען?

װען זי װאָלט געװען מעבל װאָלט זי געװען אַ שרײַבטיש.

צי טראַכסטו װעגן גאָלדע מאירן?

געטראפֿן!

סאָװע

owl

האָרטענזיע

hydrangea


Goldblatt, David. Algemeyne Ilustrirte Entsiklopedye. 2 vols. Vol. 2. New York: Advanced Encyclopaedia Inc., 1923.

, ,

Labels: ,

2 Comments:

Anonymous Anonymous said...

vos far an entsiklopedie is di algemeyne ilustrirte? nor vegn "ethnology"?

un, veyst ir farvos der shpil heyst "portrait chinois"?

11:34 AM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

di entsiklopedye iz beemes an "algemeyne," mit artiklen oyf ale temes, ober tsum badoyren, hot er gemakht nor tsvey bend: (א־או און או־אי )
ikh veys nisht far vos der shpil heyst "protrait chinois"

7:12 PM  

Post a Comment

<< Home