Thursday, March 09, 2006

שאָקאָלאַדער טײג פֿאַר המנטאַשן

זײער אַן ענלעכער רעצעפּט געפֿינט זיך אין מײַדע היטערס בוך פֿון װוּנדערלעכע שאָקאָלאַדע דעסערטן.
מײַן רעצעפּט איז אַנדערש אין דעם װאָס איך נוץ נישט קײן װאַניל, און איך מאַך צװײ מאָל אַזױ פֿיל. דער טײג פּאַסט זיך זײער גוט צום אַבריקאָסן לעקװאַר. אַ זיװג מן־השמים.

שאָקאָלאַדער טײג פֿאַר המנטאַשן

1 פֿונט (4 טעפּלעך) מעל
1 טעפּל קאַקאַאָ
2 טעפּלעך פּולװער־צוקער
1 פֿונט פּוטער
אַ ביסל װאַסער אָדער טײ

מישט אױס מעל, קאַקאַאָ, און צוקער אין אַ פּראָצעסירער. גיט צו קאַלטע פּוטער, זעשניטן אױף שטיקלעך, און מישט גוט אױס. גיסט אַרײַן אַ פּאָר טראָפּלעך װאַסער אָדער טײ, עס זאָל װערטן אַ טײג.

Heatter, Maida. Maida Heatter's Book of Great Chocolate Desserts. 1st ed. New York: Knopf : distributed by Random House, 1980.

,
,
,

1 Comments:

Blogger yidishekinder said...

Eve tayere - ikh hob gebakt dayne shokoladne homentashn mit aprikosne lekvar hayyor. Oysergeveyntlekh!
Ober ikh bin nisht geven zikher vi lang un vi heys zey tsu bakn. Ikh hob gefolgt danye instruktsiyes far 300 grad, ober zey zenen aroysgekumen a bisl veykh. Eytses? Ikh hob bedeye tsu bakn mer!
Vareme grusn,
Khane

3:48 PM  

Post a Comment

<< Home