Sunday, May 07, 2006

אַבי האָפֿמאַנס גפֿילטע פֿיש


איך װײס! עץ װילטס פֿריער װיסן װאָס איז געשען מיטן זאַלץ־הײװן ברױט און חומוס, און איך גײ ענק באַלד זאָגן, בלי־נדר, אָבער פֿריער מוזטס אַ קוק טאָן אױף דעם װונדערלעכן פֿילם אין װעלכן אַבי האָפֿמאַן ע“ה מאַכט געפֿילטע פֿיש אין אַ ניטל־נאַכט. אַ שײנעם דאַנק האַװערטשאָקן, בײַ װעמען איך האָב דאָס ערשט געזען. דער פֿילם איז געװאַלדיק אינטערעסאַנט פֿאַר זיך בכּלל. צװײ ענינים אינטערעסירן מיר בפֿרט׃

שפּראַך ענינים

  • איך האָב געמײנט אַז האָפֿמאַן אַלײן איז יאָ געװען אַ ייִדיש־רעדנער, אָבער אינעם פֿילם זאָגט ער „זײַ געזונטערהײט“ צי קען מען דאָס זאָגן אױף ייִדיש? קאָן זײַן אַז אַבי פּלאַפּלט און װיצלט נאָר, נישט טראַכטנדיק אין דעם מאָמענט.

  • שפּעטער אינעם פֿילם זאָגט אַבי אַז דער רעסטאַוראַן װוּ ער האָט געקױפֿט כרײן איז „די ריכטיגע זאַך“ װײַל זײ רעדן דאָרטן נאָר ייִדיש.

  • האָפֿמאַן רעדט מיט זײער אַ שטאַרקן באָסטאָנער דיאַלעקט. צו מײַנע אױערן איז דאָס דער נישט־ייִדישסטן דיאַלעקט פֿון אַלע װאַריאַנטן פֿון אַמעריקאַנער ענגליש; אָבער אָט רעדט האָפֿמאַן–זײער באָסטאָניש און זײער ייִדישלעך.

קולינאַרישע ענינים׃

  • אַבי װיצלט װעגן שפּראַך, אָבער נישט װעגן עסן. װעגן געפֿילטע פֿיש איז ער אינגאַנצן ערנסט, און דעם אמת געזאָגט, מײן איך אַז דאָס איז אַפֿילו זעלטנער.

  • ער נוצט אַ ביסל צוקער אָבער „נישט צו פֿיל!”

  • די באָבע פֿלעג זאָגן נישט אָרױסצוּװאַרפֿן די גאָר קלײנע פֿישעלעך װאָס זײ האָבן געפֿאַנגען.

  • ער האָט טאַקע ליב געפֿילטע פֿיש, און ער קאָן באמת קאָכן. קאָכנדיק זאָגט ער–„די בעסטע זאַך װאָס איך האָב געמאַכט“ , און „אַזױ רײן און זױבער“. אַ סך ייִדן שעמען זיך װעגן ייִדישע עסן און מאַכן װיצן װעגן װי „שװער“ עס איז. אין קאַרען סילװערסטינס פֿילם „געפֿילטע פֿיש“, רעדט די בעל־הביתטע ( װאָס זאָגט אַז זי האָט ליב געפֿילטע פֿיש) שטענדיק װעגן װי דער ריח איז איר שלעכט, און װאָס פֿאַר אַ שװאַרצע אַרבעט עס איז צו מאַכן.

נאָך געדאַנקען׃

  • דאַכט זיך מיר אַז האָפֿמאַן האָט דװקא געװאָלט טאָן עפּעס ייִדישלעכס אום ניטל. ער זינגט סײַ װי סײַ אונטער ניטל־לידער אױך.

  • ער רײכערט אין קיך? פֿע!

4 Comments:

Anonymous Anonymous said...

א שיינער ארטיקל, א דאנק! איך בין א וועגעטאריאניץ און עס קיין פיש, אבער פארט עס איז מיר געווען אינטערעסאנט צו לייענען וועגען דעם עסן. אריאל הירשפעלד האט געשריבן מיט א פאר חדשים צוריק אין "הארץ" אויף העברעיש וועגן זיין געפילטע פיש מעשיות, ווי האט ער געלערנט די חכמה, און נאך א פאר זייער שיינע געדאנקען.
משה'לע

5:33 AM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

ש'כּוח, משה'לע
עס זענען דאָ יאָ פװעגעטאַרישע „געפֿילטע פֿיש“ רעצעפּטן. איך װעל שרײַבן װײַטער װעגן זײ. איך װאָלט זײער געװאָלט זען דעם הירשפֿעלד אַרטיקל. צי װײסטו די דאַטע
?

1:43 PM  
Anonymous Anonymous said...

:)
איך האב געזען נאר איצט דיין ענטפער, שאקאלאדע דאמע, בין ניט גאנץ זיכער ווען איז דער ארטיקל דערשינען געווארן, לאמיר זאגן דעצעמבער-יאנואר.
מ.

5:35 PM  
Anonymous Anonymous said...

אט איז דער ארטיקעל
https://www.haaretz.co.il/literature/1.1050855

10:09 AM  

Post a Comment

<< Home