Friday, February 09, 2007

װאָס נאָך עסט מען אין קריפּאַלו

איך האָב פֿאַרגעסן ענק זאָגן די בעסטע זאַך. הײַנט בײַ נאַכט, װען איך בין אַרײַן אין דער אינטערנעץ־קאַװיאַרניע אונטן, אָנצובלאָגעװען דעם פֿריערדיקן בלאָג־אײנס, האָב איך דאָרטן געטראָפֿן אַ גאַנצע חבֿרה יונגע „פֿרײַװיליקע“ װאָס אַרבעטן דאָ אין קריפּאַלו. זיך אָנגעפֿרעסט האָבן זײ מיט צוקערקעס, „פֿרוטי פּעבלס“, און אַנדערע באַצוקערטע קאַשעס, צװישן זײ די אױבנדיקע קישעלעך. איך האָב געמײנט אַז איך האָב נישט ריכטיק געלײענט דעם קאַסטן–װי קאָן אַזאַ זאַך עקזיסטירן? אָבער אָט האָב איך עס אױסגעגאָגלט.

ייִדיש, Yiddish

2 Comments:

Anonymous Anonymous said...

Such fun, this is! I've never tried to work through your yiddish before-- what a pleasure to realize I can pick it out a bit! And a great story. Thank you.

2:44 AM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

Thank you!

12:46 AM  

Post a Comment

<< Home