אױסגעמאַטערט
עץ האָט שױן באַמערקט אַז איך האָב לעצטנס װײניק אָנגעבלאָגעװעט. אַ פּאָר פֿון ענק האָבן געפֿרעגט צי דאָס איז אפֿשר אַ גוטע בשׂורה, אַז איך שרײַב מער אין מײַן אַנדערן פּרױעקט, אָבער דער אמת איז צום באַדױערן פּונקט פֿאַרקערט. עס איז פּונקט אין די צײַטן װען איך בין מער פּראָדוקטיװ מיטן אַנדערן פּראָיעקט, װען איך בלאָגעװע אָן אַלץ מער געשמאַקע זאַכן. װאָס מער דיסערטאַציע, אַלץ מער אין מױל אַרײַן.
2 Comments:
קומט צוריק, מרת שאקאלאד!
איך בענק נאך דיין קול
ש'כּוח מײַן טײַערע
איך װער אַ ביסל בעסער
Post a Comment
<< Home