פּסחדיק שאָקאָלאַד־קאָקאָנוס טאָרט

פּסחדיק שאָקאָלאַד־קאָקאָנוס טאָרט
7 אָנצן שאָקאָלאַד
1 קאָקאָנוס (אַן ערך 7 אָדער 9 אָנצן)
1 טעפּל צוקער (7 אָנצן)
7 װײַסלעך
װאַרעמט'ץ אָן דעם אױװן אױף 375. שטעכט'ץ אַדורך 2 פֿון די 3 לעכערלעך אין קאָקאָנוס און גיסט'ץ אַרױס דאָס קאָקאָנוס װאַסער. טרינקט'ץ עס װי עס שטײט און גײט, אָדער מישט'ץ עס אױס מיט עפּעס אַנדערש. װאַרעמט'ץ דעם קאָקאָנוס אין אױװן אַ 20-25 מינוט. װיקלט אים אײַן אין אַ האַנטטוך און צעשמעטערט'ץ אים מיט אַ האַמער. װען ער איז קיל גענוג, רײַסט'ץ אָפּ דאָס פֿרוכט־פֿלײש פֿון דער שאָלעכץ. עס װעט האָבן אַ דינעם, ברױנעם הײַטעלע, װאָס װעט גאָרנישט שאַטן דעם רעצעפּט, אָבער אױף אַ װײַסע קאָקאָנוס מילך אָדער עפּעס אַזױנס, קאָנט'ץ עס אָפּשײלן.
אָנצוגרײטן דעם טאָרט
װאַרעמט'ץ אָן דעם אױװן אױף 325. צעמאָלט דעם שאָקאָלאַד, קאָקאָנוס און צוקער אין אַ מאָלער אָדער פּראָצעסירער. טו דאָס געמיש אַרײַן אין אַ שיסל. אין אַן אַנדער שיסל, צעשלאָגט'ץ די װײַסלעך אױף שנײ. פֿאַלדעװעט'ץ די װײַסלעך אַרײַן אינעם שאָקאָלאַד געמיש און גיסט'ץ אַרײַן אין אַ באַק־טאָפּ. באַקט''ץ אַ 45 מינוט.
דער טאָרט איז געשמאַק װי די װעלט. איך שעם זיך אַ ביסל ענק אױסצוּװײַזן װי גרינג ער איז אָפּצובאַקן.
As is (vi es shteyt un geyt)
אַדורכשטעקן
To pierce (adurkhshtekn)
צעשמעטערן
To smash (tseshmetern)
אָפּרײַסן
to pry out (opraysn)
הײַטל
membrane (haytl)
This recipe appeared in English here
Labels: perfect for peysekh פּסחדיק װי די װעלט, The baker's craft בעסער בײַם בעקער












1 Comments:
Hi,
I'm Alisha from Wowzio, and I'm excited to tell you about our new widget platform that helps bloggers increase readership and create more engaged users. I wanted to reach out to you to ask for your feedback on these widgets (feel free to also install them on your blog, if you feel they are a good fit). You can check out widgets customized for your blog here:
Wowzio Widgets for your blog
I'm sorry for leaving this message via a comment, it's not at all our intent to spam you ( which is why i'm leaving this comment on an older post and you can always remove this comment ). Again, we would love to hear your feedback.
Thanks,
Alisha Wright
alisha.wright1@gmail.com
Post a Comment
Links to this post:
Create a Link
<< Home