Matzo Chips מצא ביסקװיטן
אָט איז די סיבה פֿאַר װאָס מצא איז מיר נאָך נישט נמאס.
דאָס יאָר, כּדי איך זאָל קאָנען מאַכן דעם בעסטן פּסחדיקן װעגװײַזער אין תּ'שעא, הײב איך שױן אָן אױסצופּרוּװן די מצא רעצעפּטן, איך זאָל זיך נישט אָנעסן מיט מצא דװקא אין די װאָכן פֿאַר פּסח.
די־אָ זאַלציקע, ברעקעװדיקע ביסקװיטן האָבן גוט אונטערגעלענט דעם האַרצן אין די שפּעט נאָכמיטאָג שעהן װען עס גלוסט זיך עפּעס אַזױנס.
מצא ביסקװיטן
מצות
מאַסלינע בױמל (מיט אַ ברײטער האַנט)
גראָבע ים־זאַלץ, אָדער סתּם זאַלץ
פֿריש אָפּגעמאָלענע פֿעפֿער
זיסע און שאַרפע פּאַפּריקע
צעקרישלט'ץ די מצות אױף שטיקער און באַגיסט'ץ זײ מיט אַ ביסל װאַסער (װײקט'ץ זײ ניט אײַן אַזױ װי אױף מצא־ברײַ אָדער אַ קוגל, מאַכט'ץ נאָר אַ ביסל נאַס דעם איבערפֿלאַך עס זאָל זיך גוט צוקלעפּן דער בױמל). מישט'ץ גוט אױס מיט מאַסלינע־בױמל, און באַשיט'ץ מיט זאַץ, פֿעפֿער און פּאַפּריקע. װאַרעמט'ץ אָן דעם אױװן אױף 350 און בריט'ץ אָפּ די טשיפּלעך אַ 20-30 מיניט זײ זאָלן זיך גוט אױסברױנען.
Here’s the reason I am not yet tired of matzo.
This year I am already thinking about making the best possible peysekh survival guide for 2011 and I really have to start documenting the matzo recipes now, and not eleven months from now, when I will really not want to be filling up on matzo all day.
These salty, crunchy matzo chips were essential in tiding us over those afternoon-teatime cravings for something just like this.
Matzos (all kinds work well, try whole wheat, spelt, or rye matzos if you like)
Olive oil (be liberal)
Coarse sea salt (or regular kosher salt)
Freshly ground black pepper (optional)
Sweet and hot paprika (optional)
Break up the matzos into chip-size pieces. Place the matzo chips in a strainer or colander and wet them briefly under cold, running water (you do not want to be soaking them as you would for matzo braa or a kugl, just getting the surface a little wet so the oil will stick). Toss the matzo chips with olive oil so that they are liberally coated, and sprinkle with salt, pepper, and paprikas. Heat the oven to 350 and toast the matzo chips for 20-30 minutes to the desired degree of golden umami.
אונטערלענען דעם האַרצן
Unterlenen dem hartsn
Satisfy, hit the spot
עס גלוסט זיך
Es glust zikh
One desires
מיט אַ ברײטער האַנט
Mit a breyter hant
Liberally
Labels: pareve פּאַרעװע, perfect for peysekh פּסחדיק װי די װעלט, peysekhdik פּסחדיק, vegan װעגאַן