װעגאַנער בלינצעס Vegan Blintses
די־אָ בלינצעס, און אויך אַ גאַנצן געפּרעגל פֿון קלאַסישע בלינצעס (ד"ה בלינצעס מדאורײַתא) האָבן מיר געמאַכט אין אונדזער זומיש קאָכ־װאַרשטאַט אין ייִדיש ניו־יאָרק. געװײנטלעך װאָלטן מיר אַלע פֿאַרזוכט אַ ביסל, אָבער דאָס יאָר מוזן פֿישל און איך אַלײן אויפֿעסן אַלע בלינצעס. בלינצעס האָבן מער געגעסן אויפֿן צװײטן פֿרישטיק, װאַרעמעס, און אויף דעזערט, און בלינצעס װערן אונדז נאָך נישט נימאַס.
We made these blintzes, and an entire batch of classic blintzes (blintzes according to Hoyle) in our Yiddish New York workshop. Normally everyone would have had a little taste, but these are not normal times, and El Choclo and I have been eating blintzes at every meal. We are not tired of them yet.
װעגאַנישע בלינטסעס
די בלעטער
3 אָנצן באַגרײטע־מעל (אָדער מעל מיט באַקפּראָשעק)
½ לעפֿל פּאַפּשוי־קראָכמאַל
1/2 לעפֿעלע זאַלץ
½ טעפּל סאָיאַ־מילך
½ טעפּל װאַסער
2 לעפֿל בוימל (זונרויז־בוימל, אפֿשר)
1־2 לעפֿל אָפּגעקאָכטע קירבעס אָדער קאַבאַק
שלאָגט'ץ אַדורך דאָס מעל מיטן קאראָכמאַל. מישט אויס אַלע אינגרעדיענטן.
װאַרעמט'ץ אָן אַ גאָס־אײַזן פֿענדל (סקאָװראָדע) און באַשמירט'ץ זי מיט אַ ביסל בוימל. פּרעגלט'ץ אָפּ די בלעטער אויף אײַן זײַט.
דאָס געפֿילעכץ
װעגאַנישע צװאָרעך:
4 טעפּלעך סאָיאַ־מילך
זאַפֿט פֿון ½ לימענע
קאָכט'ץ די מילך זי זאָל גוט שפּרודלען. לעשט'ץ אויס און גיסט'ץ אַרײַן לימענע זאַפֿט. מישט'ץ אַ ביסל און לאָז אָפּקילן אַ צען מינוט. זיפּט'ץ דורך זיפּעלע מיט אַ בלעטל קעז־זעקל.
קאַשו־נוס צװאָרעך
½ טעפּל קאַשו־ניס אײַנגעװײקט אַ מעת־לעת אין װאַסער
1 לעפֿעלע זאַלץ
1 לעפֿל צוקער
2 לעפֿל בוימל
(אויב מע װיל, אַ לעפֿל קאַבאַק)
גיסט'ץ אָפּ דאָס װאַסער פֿון די קאַשו־ניס און מאָלט'ץ זײ אָפּ אינעם מאַשינדל מיט אַלע אינגרעדיענטן.
לײגט'ץ די בלעטער אויף אַ טעלער מיט דער אָפּגעפּרעגלטער זײַט אַרויף. פֿילט זײ אײַן און פּרעגלט זײ שײן אָפּ.
Vegan Blintzes
The Crepes
3 ounces (3/4 cup) self-rising flour
½ tablespoon cornstarch
½ teaspoon salt
2 tablespoons oil
1 tablespoon cooked mashed squash
½ cup soymilk
½ cup water
Sift the flour with the cornstarch and blend in the other ingredients. Warm a cast-iron griddle and brush with oil. Fry the crepes on one side only until the upper surface appears dry. Allow them to cool while you prepare the filling
The Filling
4 cups soymilk
Juice of ½ lemon
Bring the soymilk to a vigorous boil. Lower the heat and pour in the lemon juice (about 2 tablespoons) draw a spoon through the milk as the curds form. Allow it to cool for a few minutes while you grind the cashews:
½ cup cashews soaked overnight in water
1 tablespoon sugar
1 teaspoon salt
2 tablespoons oil
If desired, a tablespoon cooked squash
Pour off the water and grind up the cashews in a processor. Add the remaining ingredients and blend. Strain the soy whey through a cheese cloth. Fold the cashew mixture into the soy curds.
Lay the crepes fried-side-up on a plate and fill with the cheese. Roll them up and fry until golden.