װעגאַנישע יויך Vegan Gold
װעגאַנישע יויך
פֿאַרשטײט זיך אַז װען מע מאַכט אַ יויך מעג מען מקיל־זײַן. דער־אָ רעצעפּט מעגט איר בײַטן לויט אײַער געשמאַק. אַלע מאָסן אָדער מעסטונגען מעגט איר בײַטן.
װאַרעמט אָן 3 קװאַרט װאַסער אין אַ טאָפּ. גיט צו:
3 מערן
1 סעלעריע
1 ציבעלע
5 צײנדלעך קנאָבל
1 גרויסע (אָדער 3 קלײנע) פּעטרישקעס אָדער שטענגלעך פֿון גרינע פּעטרישקע
10 פֿעפֿערלעך
1 אָדער 2 קלײנע קאַבאַק אָדער קירבעס (אַנ ערך 2 פֿונט)
1 בינטל (1 פֿונט) ציגן־בערדל (סאַלסיפֿײַ אָדער אויסטער־פּלענט)
סטענגלעך פֿון אַ בינטל קאָפּער (קריפּ)
1 טעפּל קאַשו־ניס
1 פּאַסטערנאַק, אויב מע װיל
װאַלד־הון שװעמעלעך, אָדער סתּם שװעמעלעך, אויב מע װיל
אין אַ צװײטן טאָפּ, קאָכט אָפּ די קערעלעך פֿונעם קאַבאַק און אַ צװײ־דרײַ קאַטשענעס אין גוט געזאָלצנעם װאַסער
קאָכט אָפּ די גרינסן אַ 40 מינוט זײ זאָלן װערן װײך און די יויך זאָל גוט שמעקן
דערװײַל
װאַרעמט אָן מאַסלינע בוימל אין אַ דריטן טאָפּ. גיט צו:
3 צעשניטענע ציבעלעס
אַ ביסל צעשניטענע גרינע סעלעריע
5 צײנדלעך צעשניטנעם קנאָבל
פּרעגלט אָפּ די גרנסן אַ 3־4 מינוט
גיסט די יויך דורך אַ דורכשלאַק אַרײַן אין די ציבעלעס.
גיסט אַרײַן אויך די יויך פֿון די באַניע קערן און קאַטשענעס. בראָט אָפּ די געזאָלצענע באַניע קערנ אין אויװן אויף 350 אַ 20 מינוט.
אין אַ בלענד־מאַשין שלאָגט איבער 2 געל פֿעפֿערס מיט 2 צײנדלעך קנאָבל און די אָפּגעפּרעגלטע קאַשו־ניס, און גענוג יויך צו מאַכן אַ געמיש. גיסט די פֿעפֿער־יויך צוריק אין דער יויך.
צעשנײַדט בלעטער פֿון אַ קלײן בינטעל קאָפּער און אַ ביסל פּעטרישקע און גיט צו די בלעטלעך צו דער יויך.
פֿאַרזוכט די יויך און גיט צו זאַלץ, פֿעפֿער, און פּאַפּריקע לויט אײַער געשמאַק.
מיטן אָפּגעקאָכטן ציגן־בערדל און גרינסן, מאַכט װעגעטאַרישע געפֿילטע פֿיש װעגעטאַרישע געפֿילטע פֿיש אָדער װעגאַנישע געפֿילטע פֿיש
מקיל־זײַן meykl zayn to interpret the rules leniently
בײַטן to change
לויט אײַער געשמאַק according to your taste , לויט ענקער געשמאַק
קאַשו־ניס cashews
מערן carrots
סעלעריעceleriac
ציבעלע onion
צײנדלעך קנאָבל cloves of garlic
פּעטרישקע parsley root
פֿעפֿערלעך peppercorns
קאַבאַק squash or pumpkin
באַניע קערןpumpkin seeds
ציגן־בערדל (סאַלסיפֿײַ אָדער אויסטער־פּלענט)salsify
סטענגלstem
קאָפּער (קריפּ)dill
פּאַסטערנאַקparsnip
װאַלד־הינדל שװעמעלעך chicken-of-the-woods mushrooms
סתּם שװעמעלעך any old mushrooms
איבערשלאָגן blend
אויסמישן mix
Labels: perfect for peysekh פּסחדיק װי די װעלט, vegan װעגאַן, Yiddish ייִדיש