Tuesday, June 27, 2006

נײַע און אַלטע לידער

בנימן װאָלט מסתּמא נישט געזאָגט

McCartney was just trying to be goofy and self-mocking so that no one could tease him for singing a moldy oldie like "Till There Was You."

װען ער װאָלט געװען געװוּסט אַז דאָס לידל, דאָס „נישט הײַנט געדאַכטע“, איז לכתּחילה געװען אַ ייִדישע. די אָריגינעלע װערטער האָב איך צופֿעליק אַנטדעקט צװישן די בלעטער פֿון יאַכנע קאָכלעפֿלס װיאַזױ צו קאָכן און באַקן עס זאָל זיך לאָזן אין מױל אַרײַן, יעהופּעץ׃ פֿאַרלאַג אין מױל, 1911.

איך האָב גאָר נישט געהערט אָט די צלצלי תּרועה,
נײן, איך האָב זײ גאָרנישט געהערט עלנט אָן דיר.
און די גאָלדענע פּאַװע איז מיר אַװעקפֿאַרשװוּנדן,
נײן, איך האָב זי גאָרנישט געזען עלנט אָן דיר.

און פֿאַראַן זמירות, און רױזן פֿון שרון, מע זאָגט מיר,
און זיסע גרינע טאָלן, גאָר אָן אַ שיעור;
אומעטום, איבעראַל, האָט די ליבע שײן געזונגען,
נאָר איך האָב זי גאָרנישט געהערט עלנט אָן דיר.

פֿאַרזעצט און פֿאַרבעסערט צו דער חתונה פֿון שלום בערגער און סעלעסט סאַלעד, י"ד חשון, תּשס"א

2 Comments:

Blogger שלום בערגער Zackary Berger said...

איך דארף דיר ניט זאגן אז דאס געפינט זיך צווישן די סאמע שענסטע זיכרונות פון מיין חופה-טאג, ווי דו מיט אליעזר האבן הארציק געזונגען יענע ליד. דער "מקור" איז אלע מאל בעסער, אפילו עס באווייזט זיך נאך דער "איבערזעצונג".

3:49 PM  
Blogger the chocolate doctor מרת שאקאלאד said...

ש'כּוח ר' שלום,
ברוך אַשר ברא חתן וכלה
.

10:01 PM  

Post a Comment

<< Home