Sunday, April 06, 2008

קיכעלעך אָדער פּײַעלעך מיט פּאָװידלע


װעגאַן טײג

2 טעפּלעך מאַנדלען (12 אָנצן)

4 אָנצן קאָנאָפּליעס

2 לעפֿל פֿלאַקס־קערן

¼ טעפּל בעסאַן (אַרבעס־מעל)

1 טעפּל צוקער

½ טעפּל קאָקאָנוס־שמאַלץ

מאָלט'ץ אָפּ די מאַנדלען אױף מעל. עץ װעט האָבן 2 ½ טעפּלעך מאַנדל־מעל. בראָט'ץ אָפּ די קאָנאָפּליעס אין אַ פֿענדל זײ זאָלן האָבן אַ גאָלדענעם־קאָליר אָן מאָלט'ץ זײ אָפּ אױף מעל. מאָלט'ץ אָפּ די פֿלאַקס־קערן אױף מעל (עץ קאָן להתחלה קױפֿן פֿלאַקס־מעל אױך). מישט'ץ אױס דאָס מאַנדל־מעל, קאָנאָלפּליע־מעל, פֿלאַקס־מעל און אַרבעס־מעל מיט צוקער און קאָקאָנוס־שמאַלץ עס זאָל װערן אַ טײג, און לאָזט'ץ עס צו רו אין לאָדאָװע אַ שעה־צײַט.

צו מאַכן די פּאָװידלע האָב איך ספּעציעל געקױפֿט פֿלױמען מיט די קערעלעך, װײַל איך האָב אַ מאָל אין ערגעץ געהערט אָדער געלײענט אַז די קערעלעך געבן צו אַ בעסערן טעם.

פּאָװידלע

12 אָנצן פֿלױםען מיט די קערעלעך אָדער 10 מיט ½ אָנצן אָן קערעלך

1 לאַובער־בלעטל (אױב מע װיל)

אַ ביסל מאַרטאַנצן אָדער לימענע שאָלעכץ (אױב מע װיל)

אַ װאַניל־שײטל (אױב מע װיל)

אַ לעפֿל שליװאָװיץ (מע װיל)

½ ביז 1 טעפּל האָניק אָדער אַגאַװע

קאָכט'ץ אָפּ די פֿלױמען מיט 3 טעפּלעך װאַסער און די אַנדערע אינגרעדיענטן, אױב מע װיל זײ. נאָך צען מינוט קאָכן, דעקט'ץ צו דעם טאָפּ אָן לאָז זײ זיך באָדן אַ פּאָר שעה אָדער אַ נאַכט. גיט'ץ צו נאָך אַ ביסט װאַסער אַלעש זאָלן זײַן גוט צוגעדעקט. װען זײ זענענ זײער װײך, װעט עס זײַן גרינג אַראָפּצונעמען די קערעלעך. פֿאַרגעסט'ץ נישט אַרױסצונעמען די בלעטלעך, אָדער װאַניל־שײטלעך, אָדער מאַראַנצן־שאָלעכץ, אױב מע האָט זײ אַרײַנגעטאָן. מאָלט'ץ אָפּ די פּאָװידלע אין אַ פּראָצעסירער און גיט'ץ צו האָניק אָדער אַגאַװע. מאַכט'ץ קיכעלעך אָדער קלײנע טערטלעך פֿונעם טײג און פֿילט'ץ זײ אײַן מיט פּאָװידלע. באַקט זײ אױף 350 גראַד אַ צװאַנציק מינוט.

The recipe for gluten-free vegan dough appeared in English here.

The recipe for prune filling (povidle) appeared in English here.

Labels: ,

1 Comments:

Anonymous joytürk said...

mmss ılike to eating

4:29 PM  

Post a Comment

Links to this post:

Create a Link

<< Home