Monday, June 25, 2007

נאָר אמונה

Lavender אַװנדע

די װערטער האָב איך געפֿינען אין סדר זמירות לשבת קודש וּיום טובֿ פֿון קרית װיזניץ, בני ברק תשס"ג (2003). איך האָב אָבער, קײן מאָל נישט געהערט אַ ניגון צו דעם. װער האָט דאָס אַ מאָל געהערט?

נאָר אמונה, נאָר אמונה אין בורא כּל עולמים

נאָר אמונה, נאָר אמונה אין בורא כּל עולמים

טײַערע ייִדן, הײליקע ייִדן, האָט אמונה, האָט אמונה אין בורא כּל עולמים

װעט אײַך גוט זײַן, װעט אײַך גוט זײַן

הײַנט און אַלע מאָל; אױף דער װעלט, און אױף יענער װעלט.

Labels: ,

Friday, April 28, 2006

רױז רױז, װי װײַט ביסטו


װאַלד װאַלד װי גרױס ביסטו
רױז רױז, װי װײַט ביסטו
װאָלט דער װאַלד קלענער געװעזן
װאָלט די רױז נעענטער געװעזן

גלות גלות, װי גרױס ביסטו
ש
כינה הקדושה, װי שײן ביסטו
גלות גלות, װער אַװעקגענומען,
לאָמיר זיך שױן בײדע צוזאַמען קומען

, ,

, , ,

Labels: ,

Wednesday, March 29, 2006

אַ שטיקעלע פֿלאָדן פֿון ק־ל אַדון איז אונדזער גרעסטער מוצא

אַ פֿלאָדן פֿום מינעס גאָלדענע הענט, ברוקלין, 2002

לכה, לכה דודי; יחד כּולם הודו, לקראת כּלה, אַ ישועה פֿאַר אַלע, פּני שבת נקבלה

לכה, לכה דודי; יחד כּולם הודו, לקראת כּלה, אַ ישועה פֿאַר אַלע, פּני שבת נקבלה
לא תבֿושי, די עדה הקדושה װעט זיך מער נישט שעמען,
ולא תכּלמי, לעלם לעלמי, ישׂראל עבֿד נאמן.
מה תּשתּוחחי, ס'װעלן װערן גלײַך, אַלע אײַנגעבױגענע ייִדן,
ומה תּהמי, גרײט אײַך צו, מיט פֿרײלעכע געמיטן.
בך יחסו עניי, אַז עס װעט קומען שױן באַלד די ישועה,
ונבֿנתה עיר, שענער נאָך װי פֿריער,
עיר על תּלה.

לכה, לכה דודי; יחד כּולם הודו, לקראת כּלה, אַ ישועה פֿאַר אַלע, פּני שבת נקבלה.

והיו למשיש, די רשעים די מיאוסע, אַלע שׂונאי ישׂראל,
למשיש שוסיך, אַלע גלײַך, צערײַבן מיט אַ מאָל.
ורחקו כּל, אַװעק מיט דער עול, הגלות ועול השעבוד,
מבֿלעיך, די װאָס בײַסן דיך, װעלן אַלע גײן לאיבוד.
ישׂישׂ עליך אלוקיך, אַלע ייִדן גלײַך,
כּמשׂושׂ חתן, פֿון סעודת לױתן, חתן על כּלה.

לכה, לכה דודי; יחד כּולם הודו, לקראת כּלה, אַ ישועה פֿאַר אַלע, פּני שבת נקבלה.

ימין ושׂמאל, װי שײן און װי װױל, אַז ימין ושׂמאל תּפֿרוצי,
אַ שטיקעלע פֿלאָדן פֿון ק־ל אַדון איז אונדזער גרעסטער מוצא.
ואת השם, אין אונדזער הײם,
תּעריצו, װעלן מיר לױבן, חכמה, בינה, אין די גרעסטע בחינה, װעלן מיר אַלע זײַן דערהױבן.
על יד איש בן פּרצי, שחורה אַני, די שװאַרצע,
על יד איש, אַ דערקװיקעניש, ונשׂמחה ונגילה.

לכה, לכה דודי; יחד כּולם הודו, לקראת כּלה, אַ ישועה פֿאַר אַלע, פּני שבת נקבלה.

בואי בשלום, ס'אַיז שױן נאָך דעם חלום, בשלום, עטרת בעלה,
הײליגע שאָף, שטײט אױף פֿון שלאָף, ובֿרננה נעלה;
גם ברינה, מזיװ השכינה, װעלן מיר זײַן נהנה אַלע,
עתיד כּבֿיכול, לעשׂות מחול, בשׂימחה ובֿטשלה;
תּוך אמוני עם, מיר װעלן זיך פֿרײען צוזאַם'
בואי, קום, און דרײ דיך אום, טאָ בואי בשלום.

מיט דער שכינה װעלן מיר זיך פֿרײען,
צו מערבֿ װעלן מיר זיך אױסדרײען,
ליום שכּולהה–ונזכּה לגאולה–שבת מנוחה!

לכה, לכה דודי; יחד כּולם הודו, לקראת כּלה, אַ ישועה פֿאַר אַלע, פּני שבת נקבלה.

, ,

, , ,

Labels: ,

Tuesday, January 03, 2006

אַ גאנץ יאָר פּסח

איך האָב נאָר װאָס אַװעקגעלײגט דעם חנוכּה־לאָמפּ און אָנגעהױבן טראַכטן װעגן פּסח. דעם אמת געזאָגט, טראַכט איך װעגן פּסח אַ גאַנץ יאָר. עס איז נישטאָ קײן זמן אין יאָר, אַפֿילו נישטאָ קײן טאָג אין יאָר װען איך טראַכט נישט װעגן פּסחים װאָס זענען געװען, און נאָך מער װעגן דעם פּסח װאָס קומט, און קומט גיכער װי עץ מײנט. דאָס בלאָגעלע איז אַ קינד „The Chocolate Lady’s Vegetarian Peysekh Survival Guide”, אַ בלעטל רעצעפּטן און פּירושים װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט אַ יאָר צװעלף צוריק װען אַ פּאָר מיטסטודענטן האָבן מיר געזאָגט אַז זײ פֿילן זיך נישט זאַט אַ גאַנצן פּסח.

ביז פּסח װעל איך בלי־נדר אָנבלאָגעװען אַן אַרכיװ פֿון אַלע אַלטע „פּסח־עגװײַזערס“ װאָס איך האָב צו דער האַנט. עטלעכע צװישן 1996 און 2001 זענען נעלם געװאָרן. אַז עץ האָט באַקומען אײנעם פֿון זײ, שיקטס אים איבער מיט דעם אײבערשטנס הילף.



די נאַכט פֿונעם סדר
און אַ גאַנץ יאָר כּסדר
װעלן מיר לױבן
דעם פֿון אױבן

אַ שבֿח והודו
למי שאמר והיה
פֿאַר דעם בורא
כּל עולמים

בשירי דוד המלך
װעלן מיר זײַן פֿרײלעך
פֿרײלעך, פֿרײלעך, פֿרײלעך
װעלן מיר זײַן

אַ גאַנץ יאָר פֿרײלעך
לכּבֿוד דעם מלך
לכּבֿוד דעם מלך, מלך המלכים

נעלם װערן
to vanish

לױבן
praise

לכּבֿוד
to honor

בשירי דוד המלך
with the songs of King David

אַ שבח והודו
praise and thanksgiving (a shevakh ve hoydo)

בורא כּל עולמים creator of all worlds (boyre kol oylomim)

Labels: ,

Wednesday, December 07, 2005

װאַרפֿט אַװעק אַיעדן יאָך


דאָס זעמערל איז פֿאַרזײט פֿאַרשפּרײט. עס געפֿינט זיך אױף אַ סך טאַשמעלעך ייִדישע זמירות, „ייִדישע קלאַסיקס” און „זמירות ישׂראל באידיש“ בתוכם. דאָס זמרל װערט דערמאָנט (מיט אַ היפּש ביסל איראָניע און חרטה) אין אליעזר דײַמאָנדס גאָר אינטערעסאַנטן בוךHoly men and hunger artists”:

The asceticism and self-denial in the pursuit of lernen advocated by my rebeyim was absolute; it even applied to denying oneself the spiritual delights of the next world, if necessary. One of the songs we used to sing began, “Oylem habe iz a gute zakh, ober lernen toyre iz di beste zakh.” “The world to come is a good thing; but learning Torah is the best thing.” (Diamond, 5)


די װערטער זענען באמת אַ ביסל שװערלעך צו פֿאַרדײַען; דאָס ניגונדל, אָבער, איז זײער לעבעדיק.

עולם הבא איז אַ גוטע זאַך;
לערנען תּורה איז די בעסטע זאַך.
װאַרפֿט אַװעק איעדן יאָך,
לערנען תּורה נאָך און נאָך,
עולם הבא איז אַ גוטע זאַך.

Diamond, Eliezer. Holy Men and Hunger Artists: Fasting and Asceticism in Rabbinic Culture. Oxford; New York: Oxford University Press, 2003.

Labels: , ,

Monday, November 14, 2005

אַז נישט קײן זמירות צוזאַמען מיטן געלט




אַז נישט קײן זמירות צוזאַמען מיטן געלט, װאָס זשע זינגט מען אױף דער װעלט? אַז נישט קײן ייִדיש צוזאַמען מיטן געלט, װי אַזױ רעדן ייִדן אױף דער װעלט? שױן. אָט זענען די װערטער פֿון „אַז נישט קײן אמונה“ זײער אַ באַליבט זמרל. איך האָב דאָס ערשט געהערט פֿון מײשקע אַלפּערטן אין דער ייִװאָ זומער פּראָגראַם מיט יאָרן צוריק. דאָס זמרל געפֿינט זיך אין „זמירות ישׂראל באידיש“ אַנדערע נוסחים קען מען געפֿינען אױף „ייִדישע קאַלסיקס ג פֿון סוקי און דינג“ און אַ זמר װאָס האָט ענלעכע װערטער געפֿינט זיך אױפֿן „זמירות פּראָיעקט

אַז נישט קײן אמונה צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע אַרבעטסטו אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
בינה צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע ברױכסטו די גאַנצע װעלט?
אַז נישט קײן
גמילות חסדים צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע גײסטו אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
דעת צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע דאַרפֿסטו די גאַנצע װעלט?

אײַ דײַ דײַ. . .

אַז נישט קײן הכנסת אורחים צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע האָרעװעסטו אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
װתיקות צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע װילסטו אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
זכיות צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע זוכסטו אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
חסידות צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע „חאַפּסטו“ די גאַנצע װעלט?

אײַ דײַ דײַ. . .

אַז נישט קײן טהרה צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע טױג דיר די גאַנצע װעלט?
אַז נישט קײן
יראת שמים צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע יאָגסטו דיך אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
כּבוד התּורה צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע „כּריכסטו“ אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
לימוד התּורה צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע לעבסטו אױף דער װעלט?

אײַ דײַ דײַ. . .

אַז נישט קײן מדות צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע מאַכסטו אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
נאמנות צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע נעמסטו די גאַנצע װעלט?
אַז נישט קײן
סײַעתּא דשמיא צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע סאַפּעסטו אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
ענװה צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס װעסטו ענטפֿערן אױף דער אמתדיקער װעלט?

אײַ דײַ דײַ. . .

אַז נישט קײן פּדיון שבֿוּים צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע פּלאָגסטו דיך אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
צדקה צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס פֿאַר אַ ציל האָסטו אױף דער װעלט?

אײַ דײַ דײַ. . .

אַז נישט קײן קדושה צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע קױפֿסטו אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
רחמנות צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס זשע רײַסטו די גאַנצע װעלט?
אַז נישט קײן
שמירת שׂבת צוזאַמען מיטן געלט,
װאָסעט שעפּסטו חיות אױף דער װעלט?
אַז נישט קײן
תּמימות צוזאַמען מיטן געלט,
װאָס איז דײַן תּכלית אױף דער װעלט?!?

אײַ דײַ דײַ. . .

Labels: ,

Sunday, November 13, 2005

עסן דאָס שענסטע און דאָס בעסטע



איך װײס נאָך נישט װי אַזױ צו שרײַבן מוזיק אױפֿן קאָמפּיוטערל, און איך טאָר זיך נישט לערנען ביז נאָך דער „דאָסערטאַציע איכל פּרוװן געפֿינען אַן אױפֿן איבערצוגעבן די ניגונים. עץ קענט הערן אַ ביסל פֿון ישׂמח משה דאָ. טוט אַ קנעקל אױפֿן ערשטן ליד „שבת.“ איך האָב ערשט געהערט דאָס זמרל אױף אַ װוּדערלעכן זאַמלונג װאָס הײסט „זמירות ישׂראל באידיש“ [אַזױ] אױב עץ קען דאָס אין ערגעץ געפֿינען איז עס גאָלד. זײַטס מוחל װאָס איך רעד ענק אײַן אַ לונג און לעבער אױף דער נאָז, אָבער קױפֿט שױן די צװײ קאַסטלעך. צום באַדױערן, קען מען זײ מער נישט געפֿינען אין „Mostly Music” אָבער אַ סך אַנדערע געשמאַקע ניגומלעך האָבן זײ יאָ. אַן ענלעכער נוסך ישׂמח משה געפֿינט זיך אױף „ייִדישע קלאַסיקס ב“ פֿון סוקי און דינג.

ישׂמח ישׂמח משה במתּנת במתּנת חלקו
כּי עבֿד נאמן, כּי עבֿד נאמן קראת לו.
כּליל תּפֿארת בראשו בראשו נתת,
בעמדו לפֿניך על הר סיני, על הר סיני,
ושני לוחות אַבֿנים הוריד בידו
וכּתובֿ בהם שמירת שבת
וכּן כּתובֿ בתורתך

ישׂמח ישׂמח משה במתּנת במתּנת חלקו
כּי עבֿד נאמן, כּי עבֿד נאמן קראת
לו.

דעם שבת האָט דער בורא געגעבן
נאָר פֿאַר אונדז ייִדעלעך אַלײן
און אַזױ שטײט אין דער תּורה געשריבן
אַז שבת דאַרף מען פֿרײלעך זײַן,
עסן דאָס שענסטע און דאָס בעסטע,
לױט װי אײנער פֿאַרמאָגט,
קלײדער אָנצוטאָן די שענסטע
װײַל אַזױ האָט אונדז די תּורה אָנגעזאָגט

ישׂמח ישׂמח משה במתּנת במתּנת חלקו
כּי עבֿד נאמן, כּי עבֿד נאמן קראת
לו.

דאָס ייִדעלע איז נעבעך אין גלות
לײַדן לײַדט ער צרות אָן אַ שיעור
שבת פֿאַרגעסט ער אין אַלעם
און לעבט זיך װי אַ גבֿיר.
אין שבת געפֿינט אַ נחמה
זײַן אױסגעמאַטערטע נשמה
נפֿש כּי נאנחה
בא שבת בא מנוחה

ישׂמח ישׂמח משה במתּנת במתּנת חלקו
כּי עבֿד נאמן, כּי עבֿד נאמן קראת
לו.

Labels: ,

Tuesday, November 01, 2005

זיס איז אַ כּזית מרור



אַ סך פֿון ענק האָבן מיך שױן יאָרן לאַנג דערמאָנט איך זאָל אױסקלאַפּן די װערטער פֿון עטלעכע ייִדישע זמירות װאָס אונדז זינגען מיר אױף דער ייִדיש־װאָך. אָט הײב איך אָן ביסלעכװײַז זײ איבערגעבן. דער ערשטער זמר הײסט „װיכטיק“ פֿון ר' אפֿרים װאַקסמאַן. איך האָב עס ערשט געהערט פֿון מײשקע אַלפּערטן. עס געפֿינט זיך אױפֿן דיסקל „ייִדישע קלאַסיקס ב׃ הײמישע ייִדישע געזאַנג“ פֿון סוקי און דינג. דאָס לידל געפֿינט זיך אינעם גרעסערן ליד „אודה לק־ל“.

מיר געפֿעלט שטאַרק די שורה „זיס איז אַ כּזית מרור“ אַ מעטאַפֿאָר װאָס נעמט אַרײַן אין זיך די ספֿערעס פֿון תּורה און קיך.

„װיכטיק“ פֿון ר' אפֿרים װאַקסמאַן

װיכטיק איז אַ שבת־קודש,
אַ גוטע װאָך און אַ גוטער חודש;
װיכטיק איז אַ גלאַטע סבֿרה,
װיכטיק איז אַ בלאַט גמרא,
װאָס איז װיכטיק און װאָס איז נישט, מע טאָר נישט װערן צעמישט.

װאָס איז שײן און װאָס איז מיאוס?
װאָס איז ביטער און װאָס איז זיס?
שײן איז אַ ייִנגל מיט לאַנגע פּאות,
מיאוס איז אַ רשע מיט פֿאַלשע דעות,
ביטער איז אַ קרומע סבֿרה און
זיס איז אַ כּזית מרור!

(װיכטיק איז אַ שבת־קודש, ו”כ)

װיכטיק זענען סיפּורי־צדיקים,
אַ װאָרט אױף דער סדרה, רמזים עמיקים.
װיכטיק איז אַן אתרוג אַ שײנער,
װיכטיק איז אַ האַרץ אַ רײנער,
װאָס איז װיכטיק און װאָס איז נישט, מע טאָר נישט װערן צעמישט.

(װיכטיק איז אַ שבת־קודש, ו”כ)

געשמאַק איז אַ װאַרעם ייִדיש ליד,
װיכטיק איז לױפֿן אַ טובֿה טאָן אַ ייִד;
װיכטיק איז אַ זאַך װאָס בלײַבט,
נאַריש איז אַ זאַך װאָס די צײַט פֿאַרטרײַבט.
װאָס איז װיכטיק און װאָס איז נישט, מע טאָר נישט װערן צעמישט.

(װיכטיק איז אַ שבת־קודש, ו”כ)

גלאַטע סבֿרה proper explanation

סיפּורי־צדיקים tales of the righteous

רמז עומק (מערצאָל׃ רמזים עמיקים) wise deduction


Labels: ,