אַװאָקאַדאָ־קירבעס
די װאָך האָב איך צום ערשטן מאָל געפֿונען אין מאַרק „אַװאָקאַדאָ־קירבעס“, זוקינילעך מיט אַן אױסזען באמת ענלעך צו אַװאָקאַדאָ. זײער טעם איז אַ ביסל פֿעטער און זיסער װי געװײנטלעכע זוקיני. דאָס מאָל האָב איך זײ געזשאַרעט מיט מאַסלינע בױמל, און צוגעגעבן קנאָבל־שפּראָצן, סאָסנע־ניס, און מאַרינירטע טרוקענע פּאָמידאָרן. דאָס איז געװען באַטעמט מיט ראַזעװע ספּאַגעטי. עס איז געװאָרן אַפֿילע בעסער נאָך דעם װאָס איך האָב צוגעגעבן שװאַרצע „קאַלאַמאַטע“ מאַסלינעס, אָבער דאָס בילדל האָב איך געמאַכט פֿאַר דעם.
Yiddish, pasta, garlic scape, farmers markets, Farms & Farmers , antioxidant-rich foods, Food and Drink, Recipes, Cooking, Food, Vegetarian, vegetables, avocado squash, garlic scapes
2 Comments:
Those are really pretty. Avocados are sometimes called avocado pears, so might one call these little fellas avocado pear squash? Just cuz?
Why not?
Oh wait, didn't I see banana avocados in CA? They could be banana avocado pear squash!
Post a Comment
<< Home