הײמישע עסיק
נאָך אַ זאַך װאָס איך האָב אָנגעגטרײט צו מײַן געבױרען־טאָג איז אַ הײמישע עסיק. איך האָב דאָס אָנגעהױבן שױן מיט צװײ חדשים צוריק, באַלד נאָכן פּסח. עס איז מיר דעמאָלט אײַנגעפֿאַלן אַז די עסיק װעט זיך זױערן פּונקט צו מײַן געבױרען־טאָג. איך װײס נישט אױב איך האָב אַלצדינג ריכטיק געמאַכט. איך האָב אױסגעמישט װײַן, װאַסער און אָרגאַניש, נישט־פֿילטרירטן עפּל־עסיק, און אַלץ אײַנגעגאָסן אין אַ סלױ װאָס איך האָב צוגעדעקט מיט אַ שטיקל װאַטענע שטאָף. נאָך דרײַ װאָכן איז דער עסיק באַדעקט געװאָרן מיט אַ דיקע װײַסע קאָלדרע פֿון שװאָם. דאָס הײסט אױף ענגליש „mother of vinegar”. איך װײס נאָך נישט צי אונדז האָבן מיר אַ װאָרט אױף ייִדיש פֿאַר דעם. נאָך אַכט װאָכן איז „מאַמע“ פֿאַרשװוּנדן, און אַ סך עסיק האָט שױן אױסגעװעפּט. דער װאָס איז געבליבן, אָבער, איז געװען געשמאַק.
געזײַערט, אומגעזײַערט
Fermented (or risen, for bread dough)
זױער װי עסיק
Sour as vinegar
װי אַ לימינע
As a lemon
װי דער פֿאַרײַאָריקער ראָסל
As last year’s rosl
װי איבערגעשטאַנענער קװאַס
As leftover kvas
עס װערן הײַליק די צײן
It sets my teeth on edge
מען קאָן דערזען קראָקע מיט לעמבעריק
You can see
I do not as yet know a Yiddish word for “mother of vinegar.”
Labels: Yiddish ייִדיש
0 Comments:
Post a Comment
<< Home