כינעזער קרױט מיט מאַסלינעס און ניס
דאָס קרױט האָט אַ כינעזער ייִחוס, אָבער דער רעצעפּט נישט.
כינעזער קרױט מיט מאַסלינעס און ניס
10 װעלשענע ניס
1 בינטל כינעזער קרױט (באַק טשױ)
מאַסלינע בױמל
1 רױטע פֿעפֿערל
5 צײדלעך קנאָבל
5 גרױסע גרינע מאַסלינעס (איך האָב גענוצט „טשעריניאָלע” מאַסלינעס)
זאַלץ צום טעם
בראָט אָפּ די ניס אין אַ װאַרעםען אױװן 15 מינוט. קאָכט'ץ דאָס קרױט אין געזאָלצענע װאַסער 5 מינוט, און צעשנײַדט'ץ עס אױף שטיקער. װאַרעמט'ץ אָן בױמל אין אַ גרױסן אײַזערנעם פֿענדל און גיט'ץ צו דאָס פֿעפֿערל און דעם קנאָבל. נאָך אַ פּאָר מינוט גיט'ץ צו דאָס קרױט, עס זאָל פּרעגלען אַ 10 מינוט. גיט'ץ צו די אָפּגעבראָטענע ניס.
Labels: A garden deriv'd and defin'd שהחינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, pareve פּאַרעװע, peysekhdik פּסחדיק, vegan װעגאַן, Yiddish ייִדיש
1 Comments:
In the days of my callow youth, there was a vegetable called "Chinese cabbage." I hadn't heard that for a long time. Now I see that the Yiddish for "bok choy" is "khinezer kroyt." Are they the same vegetable?
Post a Comment
<< Home