Tuesday, July 10, 2007

ראָמאַניאָטער קירבעס

הײַנט איז ערבֿ דעם 25טער תּמוז, דער 2טער געבױרען טאָג פֿון מײַן בלאָגעלע „אין מױל אַרײַן”. װוּהין זענען אַװעקגעפֿלױגן די יאָרן? עס גלױבט זיך קױם. דער ערשטער רעצעפּט װאָס איך האָב דאָ אָנגעבלאָגעװעט איז געװען רחל דאַלװענס ראָמאַניאָטער קירבעס (זוקיני). דעם װוּנדערלעכן רעצעפּט מאַך איך אין דער צײַט פֿון יאָר װען פֿרישע קירבעסלעך פֿאַלן אַזױ װי מן פֿון הימל.

ראָמאַניאָטער קירבעס

2 פֿונט זוקיני (גרינע קירבעס)

1 פֿונט צװאָרעך (ריקאָטע איז די בעסטע)

4 אײער

1 קלײן בינטל קריפּ, צעשניטן (אַן ערך ¾ טעפּל צעשניטענע בלעטער)

אַ ביסל צעריבענע פּאַרמעדזשיאַנער קעז

װאַרעמט'ץ אָן דעם אױװן אױף 350 גראַד. צערײַבט'ץ די קירבעסלעך, און לײגט'ץ זאײ אַרײַן אין אַ זיפּ (זײַער). לאָזט'ץ עס זיצן עס זאָל זיך אױסשװיצן אַ שעה. לײגט'ץ דעם צװאָרעך אין אַ צװײטן זיפּ און לאָזט'ץ עס זיצן עס זאָל זיך אױסשװיצן אַ שעה. מישט'ץ אױס אַלע אינגרעדיענטן און גיסט'ץ זײ אַרײַן אין אַ באַק־פֿענדל. באַקט'צ דעם קירבעס־קוגן אין אױװן אַ 40 מינוט.

בשפֿע (פֿילצאָליק) װי רעגן װאַסער
Plentiful as rainwater

װי מן
as manna

װי הובלשפּענער
As wood-shavings

װי שװעמלעך נאָך אַ רעגן
As mushrooms after the rain

קלעקן װי פֿאַר אַ פּאָלק סאָלדאַטן
Enough for a regiment of soldiers

מען קען ניט אַדורכגײן די גאַס
You can’t even walk down the street (because it is so filled with zucchini)

This recipe appeared in English here.

More goodies are at Sweetnicks.

0 Comments:

Post a Comment

<< Home